בחורים גרייטן זיך אויף פורים
ז אדר תשע"ח 📝
גאר א גרויסע פארלאנג איז געקומען דאס יאר דורך די חשובע נגידים נדיבי עם אז די בחורי הישיבה זאלן ארויפקומען און משמח זיין בעצם יום הפורים.
די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט
עס איז מערקווערדיג צו זען דער חילוק פון ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט צו טאגס צען יאר שפעטער. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט ווען עס הערשט אזא גרויסע נאכפראגע אויף די ישיבה, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה.
די פארגאנגענע יאר האט מען נישט געקענט נאכקומען דער גרויסער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען זיך געבעטן ביי די בחורים ארויפצוקומען אום פורים, און ב"ה אז דאס איז געווען גאר א גרויסע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. דאס יאר וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט, זע בייגעלייגטע קעסטל פאר דעטאלן.
אבן מעסו הבונים היתה לראש פנה!