די בחורים גרייטן זיך אויף פורים
ז אדר תשפ 📝
די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט. אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך.
עס איז זייער מערקווערדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט צען יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. ווען אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דורש אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'.
די פארלאנג איז שוין אזוי שאטרק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה.
כדי דאס צו פארמיידן וועט מען היי יאר נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים.
ליהודים היתה אורה ושמחה