די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז גוט באוואוסט די ווייט גרייכענדע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען זעט וואס די טייערע בחורים האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה, וואס הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען לעבן מיט די דרשות, און מיט די "חיזוק יומי" אויסצוגן פון די דרשות. גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ברוחניות און בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים אויף אידיש וואס איז מחזק די אמונה אין אייבערשטן. אויך שעפן פילע אידן זייער אידישקייט און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע בריוו אין די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך.
זייער מערקווערדיג איז אבער דער גרויסער חילוק ווי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב פון די ישיבה, האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה. מען האט בכלל נישט באגריפן די תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד אבער איז דאס ב"ה פונקט פארקערט, עס הערשט אין די אידישע וועלט אזא געוואלדיגע צמאון און דורש אויף די ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'".
די פארלאנג איז נאר געווארן מער און שטערקער מיט יעדע דורכגייענדע יאר. אין די פארגאנגענע עטליכע יאר האט מען שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג. פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה.
כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, האט מען היי יאר איינגעשטעלט אז מען וועט נישט ארויפגיין צו קיינעם אויסער די וואס מאכן א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים רופט 917-232-9070.
עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק שושן פורים. מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין לכבוד פורים אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. דער ווייבער שול וועט בעז"ה זיין אפן.
📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע
📁 קונטרס "א פרייליכן פורים" פון מוהרא"ש זי"ע
📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א
▶️ מען טאנצט פורים ביי מוהרא"ש זי"ע - תשע"ג
🎦 שושן פורים פלעי תשע"ט אין ישיבה "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג"
▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סעודת שושן פורים תש"פ
ליהודים היתה אורה ושמחה