בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אום פורים, אין אמעריקע און ארץ ישראל
ח אדר תשפ"ו 📝
אין די פרייליכע טעג פון פורים, זוכן אלע אז פרייליכע ישיבה בחורים, וועלכע זענען דורכאויס דעם גאנצן יאר צוגעבונדן צו תורה און יראת שמים, זיי זאלן קומען משמח זיין און אריינברענגען א לעבעדיגקייט אין שטוב. צוזאמען מיט וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים. דעריבער וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה 'תפארת התורה היכל הקודש ברסלב', אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, נאכאמאל ארומגיין משמח זיין אידן דורכאויס די ימי הפורים. זיי וועלן באזוכן די הייזער פון די וואס פילן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.
בפרט יעצט ווען די הייליגע מוסדות געפינען זיך אין א גאר שווערע פינאנציעלע לאגע, וועט מען היי-יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, פילע נייע גרופעס אנצוקומען צו אלע אידישע געגנטער, וואו די בחורים וועלן ארויפקומען און משמח זיין די הייזער פון די נדיבים בעם וואס העלפן די הייליגע ישיבה זיך צוריקשטעלן אויף די פיס און אנפילן די טיפע לעכער פון חובות וואס האבן זיך לעצטנס געעפנט מער און מער. היי-יאר האט מען אויך אריינגענומען די בחורי הישיבה אין ירושלים, אונטער די פירערשאפט פונעם חשוב'ן מגיד שיעור, הרב משה שמואל שטעסל שליט"א, וועלכע וועלן אויך ארומגיין באזוכן די נדיבים אין ארץ ישראל.
אויב איר ווילט מנדב זיין גרעסערע סכומים לטובת די הייליגע ישיבה, אדער אויב איר ווייסט פון א שכן, קרוב, אדער א גוטער פריינט וואס וואלט געוואלט אז די בחורי הישיבה זאלן אים קומען באזוכן אום פורים, ביטע רופט ווי שנעלער איבערצוגעבן די נעמען, וויבאלד מיר קענען נאר אננעמען רעזערוואציעס ביז די ליסטע ווערט פול.
אין אמעריקע קענט איר רופן מו"ה שמשון קאהאן הי"ו אויף 917-891-7782. אין שטעטל קענט איר רופן מו"ה אברומי לעסער הי"ו אויף 845-665-4428. אין ארץ ישראל קענט איר רופן 0548572849.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן און עמלק, און זוכה זיין צו די קדושה פון מרדכי און אסתר.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר