בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל

י אדר תשפ"ה 📝
בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל
אין די פרייליכע טעג פון פורים זוכן אלע אז פרייליכע בחורים וואס נוצן אויס די טעג א גאנץ יאר מיט לערנען און יראת שמים זאל קומען משמח זיין אין שטוב, אזוי אויך וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים, דערפאר וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב אזוי ווי אלע יארן, אויך דאס יאר ארומגיין משמח זיין אין די טעג פון פורים, אין די שטיבער וואס שפירן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפן אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט.
בפרט אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. דאס יאר האט מען אויך אריינגענומען דערין די תלמידי הישיבה אין ירושלים עיה"ק אונטער די פירערשאפט פונעם חשובן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס וועלן אויך ארומגיין צו די נדיבים בעם אין ארץ ישראל.
אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול.
אין אמעריקע קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070 , אדער דער חשובער מגיד שיעור מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א אויף 347-786-4760, אין ארץ ישראל קען מען רופן 0548572849.
אז מען רעדט שוין וועגן פורים איז דא דאס פלאץ איבערצוגעבן דעם סדר היום פון די פורים טעג אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מנחה דאנערשטאג נאכט תענית אסתר (מיט מחצית השקל) וועט זיין אום 7:00, קריאת המגילה וועט זיין אום 8:10, שחרית ערב שבת קודש פורים אינדערפרי 9:00, קריאת המגילה 10:00. מוצאי שבת קודש שושן פורים וועט געפראוועט ווערן א שיינע מלוה מלכה וסעודת שושן פורים נטילת ידים אום 9:30, און דערנאך וועט מען טאנצן לכבוד היום. שושן פורים נאכמיטאג אום 6:00 ווען מען פראווען א שיינע שושן פורים סעודה, און עס וועט פארגעשטעלט ווערן א שיינע שפיל דורך טאלאנטפולע אינגעלייט בחורים און קינדער פון וואס אלע וועלן הנאה האבן. די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים.
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן עמלק און זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר