מארגן פרייטאג ואתחנן, חמשה עשר באב, הייבט זיך אן די יערליכע מסכת תענית טומל אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעשמידט צו א גמרא מסכת תענית, מען לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית.
 
אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. ביי די סעודה לכבוד חמשה עשר באב האט מוהרא"ש גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אז אלע
בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג
פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה.
 
אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און האבן דורכגעלערנט מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה און גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת.
 
זייט דעמאלט האלט עס ווייטער אן יאר יערליך, די פרישע בחורים ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים.
 
אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה.
 
אין אנדערע נייעס האבן פילע אנשי שלומינו אנגעהויבן די וואך דעם פרישן מחזור אין לימוד תוספתא, און אין נ"ך, ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך. אויסער די פילע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג, האבן זיך פילע אויך צוגעכאפט צו די צוויי לימודים, לכבוד דעם וואס מען האט עס יעצט אנגעהויבן פון פריש.
 
אין שמחה כשמחת התורה!