קרעדיט: מו"ה יודל אייזנער הי"ו
פארגאנגענעם שבת קודש, האט זיך אנגעהויבן דער "מסכת תענית טומל" אין ישיבה, די בחורים זיצן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, דער עולם זיצט אויף די פלעצער און לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית.
אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר תשע"א. עטליכע טעג פאר חמשה עשר באב האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער וויל אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים.
חמשה עשר באב תשע"א איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז "אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה".
פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש.
עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז דאן אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ האט אנגעהויבן ווערן מער און מער פארפלייצט מיט וואסער.
די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אוועקואירט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנגעקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, צוליב וואס די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט שוין נישט געקענט פארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין.
יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית.
וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפס און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן.
ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזעסן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה.
צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן קומען גוטע שידוכים פאר די בחורים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת.
במשך די יארן זינט דעמאלט, האט עס ווייטער אנגעהאלטן יאר יערליך, די פרישע בחורים האבן יעדעס יאר געענדיגט מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, כאפן זיך אויך צו דערצו, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים.
פאריגע וואך דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל שבת קודש חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה.
"גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל.
🎦 היסטארישע קאפיטלען קעמפ תשע"א האריקעין איירין (לכבוד א שמחה)
📚 עצות לבחור ישיבה
💿 קום צוריק
📚 ראש השנה ביי צדיקים
אין שמחה כשמחת התורה!