די וואך זענען פארגעקומען צוויי חתונות פון תלמידים פון ישיבה. דעם זונטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן יואל משה מייזעלס ב"ר אברהם נחמן הי"ו עב"ג בת מו"ה שמואל לייב פעלבערבוים הי"ו, און מיטוואך איז פארגעקומען די חתונה פון החתן משה זוסמאן ב"ר ישראל מרדכי הי"ו עב"ג בת מו"ה בערל בערקאוויטש הי"ו. די בחורים זיך משתתף געווען און משמח געווען ביי ביידע חתונות אויף א שיינעם פארנעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטיבער, ס'זאל זיין א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים.
שמח תשמח רעים האהובים!
 
דער ראש ישיבה ביים חתונה פון החתן יואל משה מייזעלס