שוין איבער א יאר וואס די "בי פּעי" - "ברסלב פּעי ביי טעקסט סיסטעם" לויפט מיט גרויס הצלחה, פילע אנשי שלומינו באנוצן זיך דערמיט צו מנדב זיין צו די פילע קאמפיינס מיט וואס אונזער הייליגע קהלה איז געבענטשט, זאל עס זיין קרן הדפסה, מעמדות פאר'ן ראש ישיבה שליט"א און אזוי ווייטער, זענען אנשי שלומינו מנדב פאר די פילע צוועקן מיט א דרוק פון א קנעפל פון זייערע פשוטע פליפ פאון.
 
דער סיסטעם איז העכסט סאפיסטיקירט צו קענען גרינג ארבעטן פון די פשוט'סטע טעלעפאן, אלע אנווייזונגען זענען ממש פשוט און גרינג, און איז אויסגעארבעט געווארן דורך געטרייען עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה אהרן פיש הי"ו, וואס האט אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות, און יעצט בסייעתא דשמיא שניידט מען די פירות.
 
אין די לעצטע וואכן איז צוגעקומען זייער אסאך טרעפיק אינעם סיסטעם ווען מען האט צוגעלייגט נאך פילע קאמפיינס וועלכע נעמען שוין אן די בי פעי סיסטעם, ווי ר' אהרן געבט אונז איבער איז די שכר לימוד און מעמדות פארן ראש ישיבה שליט"א די צוויי מערסט באנוצטע קאמפיינס אויפן סיסטעם.
 
די סיסטעם ארבעט זייער פשוט, מען שיקט א פשוט'ע טעקס JOIN צום נומער 845-385-2400 צו וואס דער סיסטעם וועט ריפלייען מיט קלארע און פשוטע אנווייזונגען וואס צו דורקן פאר וואס. אין יעדע צייט קען מען טעקסטן HELP אויב מען וויל וויסן וואס די אפציעס זענען. 
 
לעת עתה קען מען מנדב זיין פאר אכט קאמפיינס, יעדע קאמפיין האט אן איי.די. נומער ווי פאלגענד: RY01 איז מעמדות פארן ראש ישיבה שליט"א, KH02 איז קרן הדפסה היכל הקודש, HS03 איז די בית המדרש אויף האשקי, BH05 איז די בית התבשיל היכל הקודש, TU06 איז צאלן שכר לימוד, BG07 איז באצאלן אויפן חשבון פון בן גמלא, VH08 איז מנדב זיין פארן וועד העירוב, ME09 איז געבן פאר די מוסדות אין ארץ ישראל.
 
איינמאל מען ווייסט די קאוד פונעם קאמפיין, און מען וויל צום ביישפיל געבן $180 פאר די מוסדות אין ארץ ישראל מיטן קארטל  1234567890123 און האט אן עקספיירעישאן דאטום פון יאנואר 2024 שיקט מען א טעקסט:
ME09 180 1234567890123 0124
(די ערשטע פיר אותיות איז די קאמפיין איי.די., נאכדעם קומט די סכום געלט וואס מען איז מנדב, דערנאך קומט די נומערן פונעם קרעדיט קארד, און דערנאך די עקספיירעישאן דאטום)
 
מען קען זיך גרינגער מאכן דורכן סעיוון די קרעדיט קארד, דורך טעקסטן:
SAVE 1234567890123 0124
דערנאך וועט מען קומענדיגע מאל בלויז דארפן אריינלייגן די לעצטע פיר ציפערן פונעם קרעדיט קארד, כזה:
ME09 180 0123
די גאנצע טעקסט איז בלויז 13 אותיות און אלעס איז פשוט און קראנט.
 
אויב די עקספיירעישאן דאטום פונעם קארטל וואס ענדיגט זיך מיט 0123 טוישט זיך צום ביישפיל צו יאנואר 2027, קען מען טעקסטן:
UPDATE 0123 0127
 
ווי איר זעט איז די סיסטעם ממש גרינג און פשוט, און אנשי שלומינו נוצן עס כסדר ווען מען איז מתפלל פאר א ישועה אדער מען זאגט תיקון הכללי, מען איז ביי א ציון פון א צדיק, אדער ערב שבת פאר לעכט צינדן און מען וויל מנדב זיין צדקה פאר'ן הייליגן רבין שיקט מען א טעסט וואס נעמט עטליכע סעקונדעס, און מען קויפט זיך איין זכותים לנצח נצחים.
 
אדרבה פרובירט עס אויס, און שיקט שוין א טעסט JOIN צו 845-385-2400