ברוך השם מ'זעט ווי מוהרא"ש צוואה ווערט מקוים, ווען נעכטן איז מען זיך צום ערשטן מאל צוזאם געקומען ביים נייעם ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש אויף עוועניו ווי אין שיפּסהעד בעי געגענט פון ברוקלין (צווישן פלעטבוש און סי-געיט) לכבוד די יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון רבין מורינו רבי נתן זצ"ל.
מען האט גערעדט פון די גרויסע ירושה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט, אז יעדער קען זיך מחי' זיין מיט זיין נקודה וואס ער דייקא האט. אויך איבער די גרויסע אהבה וואס מען זעט צווישן די תלמדים פון רבי'ן. מ'האט גערעדט פון מוהרא"ש, וואס איז ביי יעדע שוועריקייט אייביג אנטלאפן צו רבי נתן'ס ספרים וואס נאר דארט האט ער געטראפן די ריכטיגע התחזקות איבערצוקומען זייע פילע צרות. אנגעהויבן פון ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן צום רבין אלס בחור און געענדיגט ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן, וואס מוהרא"ש האט אלץ מיטגעמאכט צרות מבית ומבחוץ, האט מוהרא"ש אייביג געחזרט רבי נתן'ס דיבורים און עס צולייגט אויף קליינגעלט און ווערט ווייטער צושפרייט דורך זיינע תלמידים אויף אלע שפראכן אין אלע עקן פון די וועלט. ווי יעדער קען זיך מחזק און מחיה זיין מיט יעדע קליינקייט, וואס זעט אויס דא קליין אבער ביים באשעפער איז עס שוין גאר א גרויסע זאך. בעיקר האט מען גערעדט ווי מ'דארף זיך מחזק זיין צו מקיים זיין די לעצטע צוואה פון רבי נתן "אייער עובדה זאל זיין הפצה", אז מיר זאלן מחזק זיין בגוף ובממון די בית הדפוס פון די הייליגע ישיבה אין וויליאמסבורג, וואס טוט די ארבעט פון דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבין און זיין גרויסן תלמיד רבי נתן און זיינע תלמידי תלמידים.
 
ולא נתן למוט רגלינו