אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין סטעטען איילענד, האבן די גבאים באוויזן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו שאפן א געשמאקע פלאץ פארן שול, צו קענען נאכקומען דעם שנעלן וואוקס פון די שיינע קהילה היכל הקודש ברסלב אין סעטעטן איילענד.
 
אנשי שלומינו קומען זיך שוין צוזאם א לענגערע צייט יעדע וואך צו שלש סעודות אין שטוב פונעם גבאי מו"ה אהרן שלמה שווארץ הי"ו, ווי מען הערט די געטליכע דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז אויסגעלערענט, מיט וואס אלע באטייליגטע זענען זיך מחי'.
 
אין סעטעטן איילענד איז שוין באקאנט, אז אויב מען וויל הערן א גוט ווארט אויף למעשה, וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט'ן טאג טעגליכע שוועריקייטן, ווייסן די אידן אז אין ברסלב קען מען הערן ווערטער פון חיזוק, מיט יעדע וואך איז דער סכום באטיייליגטע געשטיגן אויף אזוי ווייט אז מען האט געזען אז מען מוז שאפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען זאל קענען דאווענען, לערנען, זיך מחזק זיין און שטייגן אין עבודת ה' אינאיינעם.
 
מיט אסאך תפילות פון אנשי שלומינו האט דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האט געטראפן א גאר א פאסיגע פלאץ אויף 319-A ברעדלי עוו. ווי מען וועט בעז"ה קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, און אזוי אויך זיך צוזאם קומען אינמיטן די וואך פאר די תפילות, שיעורי תורה, סיומים, און פאר די לייוו הוק אפ פון די שיעורים פון ראש ישיבה.
 
אין די טעג פירט מען דורך גרויסע ראנאוואציעס צו מאכן דאס פלאץ צוגעפאסט פאר א בית המדרש, אזוי אויך קויפט מען איין אלע צוגעהערן, מעבל, ספרים, וואס מען דארף האבן פאר א בית המדרש, און מיט די תפילות פון אנשי שלומינו וועט מען בקרוב קענען מחנך זיין דעם בית המדרש, וואס וועט באלייכטן דעם גאנצן אומגעגענט מיט די ליכטגע עצות פון הייליגן רבין, וואס וועט אלעמען דערנענטערן צום אייבערשטן.
 
מה טובו אהליך יעקב משכנותך ישראל