ביטקוין גרייכט איבער $100,000
י כסלו תשפ"ה 📝
ביטקוין, די וועלט'ס גרעסטע קריפטא-וואלוטע, איז לעצטענס שטארק געוואקסן אין ווערט, און איז אריבערגעגאנגען איבער $101,000. א יאר צוריק אין די זעלבע צייט איז א ביטקוין געווען אונטער האלב פון דעם פרייז, און אסאך מענטשן טראכטן יעצט מיט באדויער "וואו איז געווען מיין שכל? איך האב פארפאסט א גאלדענע געלעגנהייט."
א מענטש קען יעצט טראכטן "וואו איז געווען מיין שכל? פאר זעקס חדשים צוריק וואלט איך געקענט קויפן ביטקוין פאר אונטער זיבעציג טויזענט, און איך וואלט געמאכט אסאך געלט". אבער א מענטש כאפט נישט אז די זעלבע זאך וועט זיין נאך זיין הונדערט און צוואנציג, יעדע מצוה'לע יעדע שמייכל וועט זיין ווערט אן א שיעור, יעצט זעט עס אפשר אויס ביליג, וואס קאסט שוין א ציצית? וואס קאסט צו היטן שבת? אבער דעמאלטס וועט זיך א מענטש רייסן די האר פון קאפ, פארוואס האב איך נישט אינוועסטעט אין די נצחית'דיגע פארמעגנס, יעצט וואלט איך געווען אן עושר אדיר. אבער עס איז נישט צו שפעט, דו אטעמסט נאך, דו לעבסט, אינוועסטיר יעצט אין מצוות, אינוועסט אין דיין שלום בית, אינוועסט אין דיינע קינדער, איין טאג וועסטו צוריק קוקן מיט צופרידנהייט און זאגן מיט א פולע מויל, געלויבט דעם אויבערשטן אז איך האב געהאט די ריכטיגע "פיינענשל עדווייזערס" וואס האבן מיר אנגעוויזן וואו צו אינוועסטירן, און יעצט שנייד איך די פירות.
ביי ביקטקוין איז דער אמת אז די מחשבות פון חרטה זענען נישט לאגיש. יעצט ווען מיר האלטן נאך בעפאר דעם צוקונפט איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו וויסן וויאזוי דער אויבערשטער וועט פירן דעם מארקעט. פאר אונזערע אויגן איז דא די זעלבע מעגליכקייט אז ביטקוין וועט ווייטער שטייגן, און אויב איינער וועט יעצט אינוועסטן וועט ער שיין פארדינען דערפון, און פון די אנדערע זייט קען פונקט אזוי זיין אז דער יעצטיגער הויכקייט איז איבערגעטריבן און וועט שטארק פאלן, און די וואס קויפן יעצט וועלן שטארק איבערצאלן און וועלן דערלייגן שפעטער.
אנדערש איז אבער ביי תורה ומצוות וואס איז אן איוועסטמענט אן קיין ריזיקעס. יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט צום אויבערשטן, יעדע מצוה'לע, זאל עס זיין השבת אבידה, הכנסת אורחים, כיבוד אב ואם און אזוי ווייטער ווערט נישט פארלוירן, די מעשים טובים ווערן אוועקגעלייגט אין א זיכערע סעיף וואס קען נישט געבראכן ווערן דורך קיין גנבים. ווער רעדט נאך אויב א מענשט אינוועסטירט אין זאכן וואס וואקסן, ווי צום ביישפיל מען שמועסט מיט די ווייב, מען ענטפערט נישט צוריק, מען גייט שפאצירן, מען געבט זיך אפ מיט די קינדער מען בויעט זיי אויף, אדער גאר א מענטש נעמט עס צום נעקסט לעוול, ער געבט א טעלעפאן נומער פאר א איד וואס לעבט אויף דערפון, ער איז מזכה א אינגערמאן מיט א קונטרס וואס ראטעוועט זיין שטוב, די זכותים וואקסן כסדר מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, און נאך זיין הונדערט און צוואנציג וועט ער זען א רייכטום וואס ער האט נישט געקענט חלומ'ען און טראכטן.
אנשטאט דער קאפ זאל ליגן ווי קען איך קויפן נאך א הויז, ווי קען איך עפענען נאך א ביזנעס, לאמיר גיין צום הייליגן רבי'ן וואס וועט אונז קאוטשן צו עוסק זיין אין די ביזנעס וואס וועט אונז ברענגען רווחים לעד ולנצח נצחים.
📰 ביטקוין הייבט זיך צו איבער $35,000