פינף און דרייסיגטויזענט דאלאר זענען מענטשן געווען גרייט צו צאלן נעכטן פאר אן איינצעלנע "ביטקוין", דאס איז א גאר הויכע פרייז רעלאטיוו צום געווענליכן ווערד פון א ביטקוין, וואס האט זיך געדרייט במשך די לעצטע יאר צווישן נייצן און אכט און צוואנציג טויזענט דאלער.
 
עקאנאמיסטן לייגן אן די שפרינג אינעם ביטקוין פרייז בעיקר אין צוויי זאכן, איינס איז די הויכע אינפלאציע אין אמעריקע וואס מאכט מענטש שפירן דעם דאלער ווייניגער ווערד, און מען זוכט צו אינוועסטירן דאס געלט אין אנדערע פלעצער, און צווייטענס איז די אומזיכערע גלאבאלע צושטאנד דורך די פילע קאנפליקטן איבער די וועלט סיי אין אייראפע און סיי אין מיטל מזרח וואס איז גורם אז מענטשן זאלן טראכטן פון לייגן זייערע געלטער אן אלטערנאטיווע וואלוטעס וואס ווערן נישט געפירט דורך רעגירונגען.
 
ביטקוין איז א דיגיטאלע פארמעגן און איז איינע פון די פילע סאטן קריפטא וואלוטעס וואס נוצן קריפטאגרפיע צו פארזיכערן טראנזאקציעס און צו קאנטראלירן נייע ביטקוינס פון ווערן געשאפן. ביטקוין איז געשאפן געווארן אין יאר 2009 למספרם דורך אן אנאנימער מענטש (אדער מענטשן) וואס האט זיך גערופן סאטאשי נאקאמאטא. דער עיקר געדאנק אויף וואס ביטקוין איז געבויט איז דאס נוצן א סיסטעם וואס מ'רופט "בלאק טשעין" צו האלן חשבון אויף די געלטער וואס קומען און גייען אנשטאט וואס לענדער נוצן זייערע צענטעראלע בענק דערפאר, וואס ערלויבט א זיכערע און קראנטע אומברעכבארע וועג פון שיקן געלטער אן דעם וואס א באנק זאל דארפן זיין אינוואלווד אינצווישן. (דיסקלעימער: איך בעט אנטשולדיגונג פאר די ליינער פארן שרייבן דעם דאזיגן פאראגראף וואס איך פארשטיי אויך כמעט נישט וואס דא שטייט... ואתכם הסליחה.)
 
די מאסקימום סכום פון ביטקוינס וואס קען בכלל עקזעסטירן איז נישט מער פון איין און צוואנציג מיליאן, און ביז יעצט זענען דא בערך ניינצן און א האלב מיליאן ביטקוינס אין צירקולאציע. די ווערט פון די מטבע איז שוין דורכגאנגען פילע עליות און ירידות במשך די עטליכע יאר פון זיין עקזיסטענץ, מיט די העסטע ווערט קעגן דאלער איז אנגעקומען איבער זעכציג טויזענט דאלאר.


וויפיל איך האב פרובירט צו פרעגן מענטשן האט כמעט קיינער נישט פארשטאנען באמת וואס איז דאס ביטקוין, אבער אלע האבן פה אחד געוואלט האבן אפילו נאר איין ביטקוין, פארוואס? ווייל עס האט א ווערד. "וואס גייט מיך אן וואס דאס איז וויאזוי דאס ארבעט, אויב איך קען מיט דעם באצאלן מיינע בילס, געב אהער אפאר שטיק".
 
מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן מיט אונז און זיך בעטן מען זאל פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, צום ביישפיל, ווילסט אנהייבן א נייע בלעטל? זאג תיקון הכללי, אלעס וועט ווערן אפגעמעקט, "איך וויל פארשטיין וויאזוי ארבעט עס? פלעין דורך זאגן צען קאפיטלעך און אלעס איז פארראכטן?" ווילן מענטשן וויסן, אבער וואס איז דאס אונזערע געשעפטן, אז א צדיק האט מבטיח געווען אז דער תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלצדינג בפרט אויף די שרעקליכע עבירות פון די אינגע יארן, איז עס קראנט. און אויב דו ווייסט שוין פון די וואלוטע פון "תיקון הכללי" און דו קענסט עס דעפאזיטן אין די באנק, זאג עס יעדן טאג נאכן דאווענען. וועסט זיין ווי א נייע מענטש וואס אפילו ער זאל האבן שמוציג געווארן פון בלאטע אבער קומט ארויס פריש נאך א שויער, אזוי וועסטו זיין פריש און שמעקעדיג ברוחניות.