בית החיים אין קרית ברסלב ליבערטי
כט שבט תשפ"ב 📝
נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל אויפשטעלן א "בית החיים" אין שטעטל, יעדע מענטש דארף איין טאג פארלאזן די וועלט, איז דאס פון די גאר וויכטיגע זאכן.
די הנהלה האט אראפגערופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק הי"ו, א גרויסע מומחה אין צוגרייטן בתי חיים, און איז פון די לאנגיעריגע אקטיווע מיטגלידער אינעם סאטמארן חברא קדישא שוין איבער פופציג יאר לאורך ימים, און האט שוין געהאלפן אסאך קהילות קדושות מיט אהערשטעלן בתי חיים אין פארשידענע געגענטער. אויך האט ער געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען אין די פעולות פון מקדש זיין דעם בית החיים אין קרית יואל, נאכן פטירה פונעם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע.
ר' חיים שלמה איז אראפגעקומען אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט די הנהלה פילע שטחים וואס מען קען אפשר נוצן. ער האט באטראכט פון אלע ריכטונגען וועלכעס איז מער פאסיג פאר א בית החיים, ער האט גענומען סעמפלס פון די ערד, און דורכגעטון וואו עס איז פראקטישער, בעסער פינאנציעל, און גרינגער לעגאל אויפצושטעלן א בית החיים.
אויך האט מען דורכגעשמועסט מיט ר' חיים שלמה נ"י פילע הוראות וואס עס איז נוגע ווען מען מאכט א נייע בית החיים, און האט פארשפראכן צו שטיין צו הילף פארן ראש ישיבה מיט אלעס וואס עס וועט נאר אויספעלן.
צום סוף איז געבליבן צוויי שטחים וואס זענען פאסיג פאר א בית החיים, פון וועלכע דער ראש ישיבה האט אויסגעקליבן דעם גרויסן שטח אויף רעדקליף ראוד ביים אריינגאנג פון שטעטל.
אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויס די לעגאלע חלקים, אזוי אויך זיצט מיט אינדשענירן, אויסצוארבעטן וויאזוי אהערצושטעלן דעם בית החיים אויפן בעסטן אופן בעזרת השם יתברך.