נאך א לענגערע צייט וואס דער שיינער בית המדרש "אשר בנחל" אין שטעטל קרית ברסלב אויף די דענמאן גאס איז געווען פארמאכט צוליב דעם וואס מען האט עס איבערגעבויעט לעצטענס,  קומט יעצט אריין די פריידיגע בשורה אז עס איז שוין ברוך השם צוריק געעפענט געווארן.
מען האט געמאכט אסאך וויכטיגע תיקונים אין בית המדרש כדי עס זאל זיין ראוי צו נוצן אין די קאלטע ווינטער חדשים, צווישן זיין האט מען איבערגעמאכט די אינסולעישאן, אז די הייצונג זאל זיך האלטן אינעווייניג, אויך האט מען צוגעלייגט הייצונג עס זאל קענען אנווארעמען אזא גרויסע פלאץ, און פארמאכט א טיר וואס האט אריינגעלאזט די קעלט פון גאס. די זעלבע זאך האט מען געטון אין די מקוה, ווי מען האט אינסולירט, איבערגעמאכט די הייצונג, און נאך.
זינט דער דיין שליט"א האט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב מיט א חודש צוריק, האט זיך דער דיין קובע געווען זיין פלאץ צו דאווענען אין בית המדרש "אשר בנחל", ווי דער דיין שליט"א לערנט פאר זייער געשמאק אלע שיעורים, אריינגערעכנט דער שיעור אין א דף גמרא, א שיעור אין פעולת הצדיק שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען, סיפורי מעשיות שב"ק נאכן דאווענען, אזוי אויך דברי תורה ביי שלש סעודות.
די פילע מתפללים זענען זיך מחיה מיטן שול, ווי מען נעמט אויף יעדעם בסבר בפנים יפות, און מ'דאווענען און מ'לערנט אינאיינעם, און מ'חזרט איבער די שיינע דיבורים וואס מיר הערן כסדר פון ראש ישיבה וואס געט אונז איבער די שיינע עצות פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געשריבן אין א בריוו פארן געטרייען גבאי פון ביהמ"ד מו"ה מאטי היימליך הי"ו, ווי דער ראש ישיבה בעט "מ'זאל אויפנעמען יעדעם אזוי שיין אין בית המדרש אז זאל שפירן אין בית מדרש אשר בנחל אזוי ווי ווען מ'לערנט אשר בנחל".
אין א שמועס וואס "ברסלב סענטער" האט געהאט מיטן גבאי'ן ר' מאטי, האט ער אונז געבעטן איבערצוגעבן א ישר כח פאר אלע מתפפלים פון בית המדרש, "יעדער העלפט און טוט וואס ער קען צו העלפן דעם בית המדרש אויף אלע מיני וועגן, ווי עס וואלט געווען זייער אייגן הויז".
דער סדר פון די תפילות אין בית המדרש איז: מנחה ערב שב"ק - האלבע שעה נאכן זמן, 9:00 אינדערפרי - שיעור אין "פעולות הצדיק" דורכן דיין, 9:30 ברכות, מנחה ושל"ש 15 מינוט נאכן זמן עש"ק.
*
אין אנדערע נייעס אין שטעטל איז איינגעקויפט געווארן דער לעבנסוויכטיגער "דיפיברילעיטאר" מאשין פארן בית המדרש אויפן "האשקי" גאס וואס איז אפן לתורה ולתפלה יעדע שבת יו"ט און א גאנצע וואך.
דער דיפיברילעיטאר מאשין איז וויכטיג ביי עמוירדזשענסי פעלער, ווען א מענטש ל"ע פאלט צוזאם און מען דארף מאכן סי-פּי-אַר, יעדע מינוט קען דאן מאכן א חילוק פון לעבן און טויט רח"ל, דאן קען דער מאשין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף א לעבנ'ס רעטער, מ'זאל נישט דארפן צוקומען דערצו. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך איינער פון די חשובע מתפללים הרוצה בעילום שמו.
דער מאשין איז זייער וויכטיג צו האבן אין יעדע פאבליק פלאץ בפרט אין שטעטל ווי דער ציבור ווערט קיין עין הרע גרעסער מיט יעדן טאג, עס דאווענען אין ביהמ"ד יעדן טאג א גרויסער ציבור, ווי אויך געפונט זיך דארט דער כולל א גאנצן טאג.