קרית ברסלב ליבערטי. - א הערליכע בנין ווערט צוגעגרייט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר די טייערע בחורים די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה" היכל הקודש ברסלב זאלן האבן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען במשך די זומער חדשים.
 
עס קוועלט דאס הארץ זעענדיג די גבולי הקדושה ווערן כסדר נתרחב, דא אין "ברסלב סענטער" קען מען קוים נאכקומען די באריכטן, ווי נאר מען הערט איבער איין בנין, איין בית המדרש, איין מקוה, דארף שוין באריכטן איבער דעם קומענדיגן.
 
דאס מאל איז די רעדע פונעם בנין הונטערן בית המדרש אויף האשקי וואס איז לכתחלה געבויעט געווארן פארן געברויך פונעם קרן הדפסה, אבער אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן איז די הדפסה זייער שנעל אויסגעוואקסן דעם גרויסן בנין. אזוי אויך אין די זעלבע צייט מיטן וואוקס פונעם שטעטל ב"ה, האט מען שוין מער נישט געקענט אנהאלטן האשקי בית המדרש זאל דינען פאר אלעם, און נאך פאריאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אזוי ווי די הדפסה האט זיך שוין ברוך השם מסדר געווען אין א נייעם ריזיגן פלאץ זאל די הדפסה בנין אריבערגיין פאר די בחורים. אזוי אויך האבן מיר שוין באריכטעט אז פארן געברויך פון די טעגליכע מינים אין שטעטל ווערט יעצט געבויט א נייע בית המדרש, און דער ביז יעצטיגע האשקי בית המדרש וועט באשטימט ווערן בלויז פארן כולל, זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייערע לימודים אן קיין שטער.
 
הרה"ח יואל ראזענבערג שליט"א וואס שטייט אונטער יעדע גוטע זאך אין די קהילה איז דא ווידער אנטקעגן געקומען און מנדב געווען אויך דעם פראיעקט, אויף וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט קורא שם געווען דער נייער בית המדרש פאר די בחורים "היכל ראזענבערג", און מען האט אויפגענומען דעם אלעמען באליבטן קאנטראקטער מחשובי אנשי שלומינו הר"ר שלמה יאקאבאוויטש שליט"א וואס אויסער זיינע פילע לייסטונגען פאר די קהילה ווי ער פירט אן מיט די בית התבשיל מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט, און איז פון די געטרייע גבאים פון בית המדרש צו די צופרידנהייט פון אלע מתפללים, האט ער אויך דא אריינגעלייגט זיין גאנצע הארץ און נשמה, און האט אויסגענוצט זיינע געבענטשטע טאלאנטן זיכער צו מאכן אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף קומט דער בנין ארויס א הערליכע, געשמאקע און פראקטישע פלאץ פאר די בחורים, צוגעפאסט מען זאל דארט קענען לערנען במשך די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת.
 
אין די לעצטע וואכן האבן זיך דארט געטון גרויסע זאכן, און מיט די געטרייע באגלייטונג פונעם קאנטראקטער הר"ר שלמה שליט"א האט מען אויפגעבויט די נייע פרעימינג, מען האט אינסטאלירט גרויסע געשמאק ליכטיגע פענסטערס, מען האט געלייגט שיטראק, און ער האט אויסגעארבעט די פלענער אויף אזא וועג אז די דאך זאל בלייבן הויך וואס וועט צוגעבן צום געשמאקן לופטיגן אטמאספער.
 
אנשי שלומינו וואס זעען די ארבעט קענען זיך נישט אפוואונדערן פון די גוטע ארבעט וואס ר' שלמה האט דא אריינגעלייגט, ווי שיין געשמאק עס ווערט צוגעשטעלט און ווי אומגלויבליך שנעל די ארבעט רוקט זיך, און ווי די פלענער לויטן וועלן די בחורים - וואס גרייטן זיך שוין אין די טעג ארויסצופארן צו די בערג אויפן זומער - שוין נוצן דעם נייעם רחבות'דיגן בית המדרש אויף היי יאר זומער.
 
די טייערע בחורים און די פולע הונדטערטע געסט וואס קומען ארויס במשך דעם זומער מיטצוהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה וועלן זיך זיכער מחיה זיין אינעם בית המדרש, וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט אלע געברויכן, ווי סענטראל עיר קאנדישאן, אריינגעבויטע קלארע ספיקערס, גוטע קוואליטעטע סערעמיק טיילס, ווען אין דעם בית המדרש וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען די בארימטע דאנערשטאג נאכט שיעור פאר אינגעלייט און די היינט שוין גאר בארימטע טעגליכע חיזוק שיעורים, אזוי אויך וועט פון דא בעז"ה ארויסגיין טויזנטער פרקים משניות, בלעטער גמרא, און פון דא וועלן אומצאליגע אידן ווערן נענטער צום אויבערשטן.