בית המדרש היכל הקודש בארא פארק ציט זיך אריבער צו א נייע גרעסערע פלאץ
ו אייר תשפ"ד 📝
מיט גרויס פרייד נעמען אויף תושבי בארא פארק די נייעס איבער די נייע לאקאציע פונעם בית המדרש אין שטאט. דער בית המדרש דינט אלץ א לייכט טורעם פאר גאנץ בארא פארק והגלילות ווען אידן אין שטאט ווייסן אז עס איז דא א בית המדרש ווי מען וועט הערן חיזוק און באקומען פרישע כחות צו גיין ווייטער.
נאכדעם וואס דער ליעס אויפן פריערדיגן לאקאל איז אויסגעלאפן, און מען האט זיך דערזען אז דאס פלאץ איז שוין לאנג אויסגעוואקסן האבן די גבאים באשלאסן אז מען דארף זוכן א גרעסערע פלאץ, און חפץ ה' בידם הצליח, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אונטער געקומען א פרישע פלאץ מיט גאר אסאך מעלות, א סאך בעסערע געגענט, אין צענטער פון בארא פארק, א גרעסערע היכל בית המדרש, און מען האט א מקוה אויפן פלאץ, און מען איז אריין אין קאנטראקט אויפן נייעם בית המדרש היכל הקודש בארא פארק וואס וועט פון יעצט זיין אויפן נייעם אדרעס 1415 55 סטע סטריט.
פארגאנגעם מוצאי שבת קודש תיכף נאכן זמן איז מען ארויס פונעם אלטן בית המדרש, מען האט אריינגעלייגט אלע חפצים, בענק טישן ספרים און אזוי ווייטער אין א טראק און מען האט זיך גענומען אויפפיקסן דעם נייעם פלאץ עס זאל זיין ראוי פארן בית ה'.
אלע אנשי שלומינו בכלל און פון בארא פארק בפרט האבן צוגעלייגט א פלייצע, יעדער מיט וואס ער קען, און די וואך האט מען זיך גענומען מיט א שנעלקייט איבערבויען, יעדער האט זיך איבערגעבן מיטן גאנצן הארץ דער מיט געלט און בעיקר מיט מיט רצון, אנשי שלומינו זענען ווארעם און העלפן ארויס, מיט הארץ און נשמה. בפרט דארף ארויסגעברענגט ווערן די געטרייע גבאים וואס שטייען איבערגעגעבן פאר אנשי שלומינו, הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, און הר"ר אהרן קליטניק שליט"א וואס יומם ולילה לא ישבותו. אזוי אויך דארף מען ארויסברענגען הכרת הטוב פאר פילע גוטע פריינט און מתפללים וואס האבן גאר אסאך ארויסגעהאלפן, ר' בנימין פאלמאן, וואס האט אלעס אנגעפירט מרישא ועד גמירא, און געטון די קאנטראקטיג ארבעט. ר' לוי יצחק סאפיר וואס האט מנדב געווען די פלאר, און איז געשטאנען בראש פון די ארבעט פון באשטעלט די פילע זאכן פארן בית המדרש. ר' שמעון גאנצפריעד, וואס האט מיט די אייגענע הענט איבערגעמאכט די גאנצע עלקעקטריק, ארויסגעריסן די אלטע, און געלייגט נייע שיינע לייטס. ר' דוד דייטש, וואס שטייט אלץ צו די רעכטע האנט בייטאג און ביינאכט. ר' אברמי פרידריך, וואס האט געמאכט די מאלדינגס און די טירן. ר' שמואלי ווייס, וואס מנדב געווען די דעמאלישן, דאס ארויסרייסן די אלטע ווענט און עס אוועקטראגן. און אחרון חביב ר' שמואליק בלעדי, וואס איז אלץ גרייט צו העלפן מיט געטריישאפט.
עס איז נאך דא פילע זאכן וואס מען קען נאך האבן די געלעגענהייט צו מנדב זיין, און דערמיט האבן א חלק אינעם נייעם בית ה'. רופט שוין אן דעם גבאי הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א אויף 347-760-5924 און רופט אייך אן ווארעם.
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם