בית המדרש היכל הקודש בני ברק
א שבט תשפ"ב 📝
אין די טעג קומט אן די פרישע נייעס בני ברק איבערן בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק. ווי שוין באריכטעט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חודש צוריק, מיטן ציל צו מחזק זיין אנשי שלומינו די מפיצים אין ארץ הקודש, ווי דער ראש ישיבה איז ארום געפארן און געגעבן שיעורים, און געפארן צו די מקומות הקדושים.
איינע פון די גרויסע זאכן וואס דער ראש ישיבה האט געטון ביים נסיעה איז געווען דאס אראפשטעלן די גבאים און די סדר אין בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש, גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אויף גאר א שיינעם פארנעם. דער ראש ישיבה איז געווען זייער איבערגענומען פון דעם בית המדרש און פון אנשי שלומינו אין ירושלים, יעצט ווען דער ראש ישיבה איז דארט געווען האט ער זיך אומגעקוקט אויף די סדר, און איז געזיצן און איבערגעגאנגען מיט די גבאים אלע זייער שאלות און ספקות וויאזוי צו פירן דעם בית המדרש, וויאזוי צו היטן אויף די סדר, אין די זעלבע צייט וואס יעדע איד וואס דארף חיזוק זאל זיך טרעפן דארט דאס פלאץ.
דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אינעם קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל", "איך האב געזאגט פאר די חברים, אז מוהרא"ש האט זייער געוואלט האבן א בית המדרש "היכל הקודש" אין ירושלים, יעצט איז מקוים געווארן מוהרא"ש'ס רצון". דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "טייערע ברודער, איך זאג דיר, אויב עס וועט דיר אויסקומען צו זיין אין ארץ ישראל - זאלסטו זיך אריבער כאפן אין די שול אין ירושלים, עס איז אזא באחנ'טער פלאץ, אזא נארמאלע געשמאקע ווינקל. די גבאים זענען מענטשן מיט שכל, עס איז מיר א וואונדער וויאזוי זיי האבן אזוי גוט דערשמעקט און דערטאפט אונזער זאך, זיי פירן דעם בית המדרש מיט חכמה, מען שפירט א געשמאקע לופט, אן אויר הזך והנח.
אין שטאט בני ברק פלעגן זיך א שיינע חבורה אנשי שלומינו צוזאם קומען יעדן ליל שישי ווי מען האט גערעדט התחזקות, עס איז אבער נאך נישט געווען קיין "בית המדרש היכל הקודש" אין בני ברק" צו דאווענען און לערנען. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם קונטרס "אינמיטן די נסיעה האב איך באקומען גאר גוטע נייעס, אז די בני ברק'ער חבורה האט ארויסגענומען א שול. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן מיין שמחה, ווייל מוהרא"ש האט מיר געזאגט, כל זמן איר האט נישט קיין שול - האט איר גארנישט געטון פארן רבין".
די בני ברק'ער ביהמ"ד היכל הקודש איז א גאר שיינער געשמאקער ווינקל, ווי מען דאווענט און מען לערנט און מען הערט די דיבורים און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט ממנה געווען ר' אבא חייא רייזמאן ני"ו אלץ די גבאי פון ביהמ"ד.
📰 נסיעה קיין ארץ ישראל ווינטער תשפ"ב באשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א
📸 בילדער פונעם נייעם בית המדרש