בית המדרש היכל הקודש ירושלים הערליך רענאווירט
כז חשון תשפ"ב 📝
דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים איז פלאצירט אין צענטער פון די היימישע מאה שערים געגענט, נעבן דעם באקאנטן "ככר השבת" אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צונויף ביי יעדן געלעגענהייט, שבתים ימים טובים, שיעורים, ווי מען איז זיך מחיה און מחזק מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און מוהרא"ש, און מען לעבט מיט די הייליגע עצות לעובדה ולמעשה.
אויך איז דער בית המדרש איז א גרויסע צענטערפונקט פון מפיצים. אנשי שלומינו אין ירושלים עיה"ק צייכענען זיך אויס מיט זייער הפצה במסירת נפש. די פרישע מקורבים ווערן גאנץ שנעל אליינס מפיצים, און זענען זוכה איבערצוגעבן דעם געשמאקן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין פאר נאך אידן פון זייער גאנצע אומגעגענט.
היינט צו טאגס האט זיך שוין פארשפרייט די פעולות ההפצה פון ירושלים אויף אלע היימישע שטעט איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, ווי מען שיקט ארויס די גליונות אהין יעדע וואך פון ירושלים, און מען דרוקט עס איבער אין די פילע הדפסה צענטערן אין אלע שטעט ווי ערליכע אידן וואוינען, און ווערט צוכאפט דורך אלעמען יעדע וואך.
דער בית המדרש אין ירושלים גייט שוין אן פאר איבער א יאר צום גוטן ב"ה, און עס האט שטארק נויטיג אויסגעפעלט א גוטע איבערפרישונג. אין די לעצטע וואכן האבן אנשי שלומינו אין ירושלים אוועקגעגעבן אסאך צייט און כח, און מען האט איבערגעמאכט דעם גאנצן בית המדרש לשם ולתפארת. און געלויבט דעם אייבערשטן אז נאך אן ארבעט פון עטליכע וואכן, האט מען יעצט געענדיגט הערליכע רענאווירן דעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש.
מען האט שטארק פארברייטערט די הפצה ווינקל, פון וואו עס ווערט פארשפרייט פילע טויזנטער ספרים, קונטרסים, סידיס וכו' פאר די פילע דורשים ומבקשים.
מען האט פריש איבערגעפעינט די ווענט, מען האט געלייגט א נייעם פרישן דאך, מען האט אינסטאלירט שיינע לעכטיגע לייטס, און מען האט ארויפגעזעצט א שיינע "ברסלב" קרוין אין צענטער פון מזרח וואנט העכערן ארון הקודש.
כי מציון תצא תורה, ודבר ה' מירושלים