בשנת תשע"ד האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט אין א שמועס פאר די אינגעלייט פון קרית יואל אז היות דער בית המדרש אין העיס דער ערשטער בית המדרש אין שטאט איז שוין אויסגעוואקסן, איז א שאד מ'זאל נישט עפענען אין עצי תמרים נאך א פינת יקרת.
 
אומר ועשה, די אינגעלייט פון די געגענט האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען יעדן שבת צוערשט אויף צפת רד. - הר"ר אברהם הערש וועבערמאן האט אוועקגעגעבן זיין שטוב מען זאל דארט קענען דאווענען די דריי תפלות שבת קודש.
 
שפעטער האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א מנדב געווען די בעיסמענט פון זיין הויז אויף 8 פרעמישלאן רד. אז מען זאל דארט קענען גרינדן א פערמענאנטע בית המדרש - אנשי שלומינו האבן זיך שטארק אוועקגעגעבן עס צו קענען אויפבויען, בפרט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעלייגט עס צו קענען אויפבויען לשם ולתפארת.
 
דער בית המדרש איז א הערליכער ווינקל לתורה ויראת שמים וואס גייט שוין אן איבער צען יאר צום גוטן, און מיט דעם איז מען מקיים דעם רבינ'ס ווערטער אז מען דארף מאכן קוועלער איבעראל, כדי יעדער איד זאל קענען האבן א פלאץ וואו מען זאל קענען אנשעפן חיזוק.
 
עס איז גאר געשמאק אריינצוקומען אין בית המדרש און באגעגענען דעם געטרייען גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס נעמט אלעמען אויף מיט זיין סבר פנים יפות, אלע שכנים פון נאנט און ווייט ווערן צוגעצויגן צו דעם געשמאקן בית המדרש, ווי מען הערט כסדר די שיינע ווערטער און שמועסן פונעם גבאי'ן, יעדן שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות, און אזוי אויך ביי שלש סעודות.
 
נאכן נוצן דעם בית המדרש אזוי לאנג, האט זיך שוין שטארק אויסגעפעלט מען זאל עס איבערפרישן - יעצט אין די טעג טוט זיך דארט רענאוואציעס, מען לייגט פרישע שטארקע מאלדינגס, מען פארמאכט אלע לעכער און מען פעינט איבער פון פריש אלע ווענט, וואס געבט צו א שטארקע פרישקייט און התחדשות ווען מען קומט אריין.
 
דער גבאי לייגט אונז צו צו זיין באריכט, אז "דער עיקר מיר זאלן דיך איבערפרישן אין עבודת השם, אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט חידוש כמונו לא הי' בעולם, און יעדער איד זאל שטענדיג וויסן אז מ'קען אלץ אנהייבן פון דאסניי, פארגעסן פון אלעס וואס איז געווען און זיך אויפפרישן."