בית המדרש היכל הקודש צפת
ד שבט תשפ"ב 📝
גאר פרייליכע נייעס קומט אריין איבער די פרישע הרחבת גבולי הקודשה אין שטאט צפת.
שוין א לאנגע צייט וואס עס ווערן נתקרב פילע אינגעלייט און בחורים אין שטאט צפת, מען קומט זיך צאם ביי פילע געלעגענהייטן, אבער למעשה איז ביז היינט נישט געווען קיין בית המדרש פאר שבת קודש.
און געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך א לאנגע צייט האפן, און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס איז ענדליך יעצט צושטאנד געקומען און מען האט געקענט עפענען א בית המדרש היכל הקודש, אין עיה"ק צפת.
אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צפת דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן געפונען א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש" וואס וועט נוצן סיי פאר שבת קודש צום דאווענען, און אזוי אויך פאר די חבורות אינמיטן די וואך, וואס קומען זיך כסדר צוזאם, און זענען זיך מחזק מיטן רבינ'ס עצות, און פרישן זיך אויף מיט די ווערטער פון רבין.
דער אייבישטער זאל העלפן אז דער בית המדרש היכל הקודש זאל זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן גליל בכלל, און פאר די שטאט צפת בפרט. עס זאל זיין א בית המדרש ווי יעדער איד וואס דארף אביסל פרישע לופט עצות פארן לעבן זאל קענען אריינקומען, און זיך דערקוויקן מיט די זיסע ווערטער פון הייליגן רבין.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה!
📰 בית המדרש היכל הקודש בני ברק
📰 התייסדות בית המדרש היכל הקודש ירושלים ובני ברק