בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל ברייטערט זיך אויס בסייעתא דשמיא
כא שבט תשפ"ו 📝
ס'איז א גרויסע שמחה צו זען די הרחבת גבולי הקדושה איבעראל אין דער גאנצער וועלט. מען זעט ווי די עצות פון הייליגן רבי'ן ווערן אלץ מער פארשפרייט איבעראל וואו עס געפינען זיך ערליכע אידן. ספעציעל זעט מען עס אין דער הייליגער שטאט קרית יואל, וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט מייסד געווען, כדי ערליכע אידן זאלן קענען וואוינען אינאיינעם, וואו עס קומען כסדר צו פרישע תלמידים אין דער הייליגער חבורה. סיי דורך תלמידים פון ישיבה וואס האבן חתונה געהאט קיין קרית יואל, סיי פון פרישע אידן וואס ווערן יעדן טאג נתקרב צום רבי'ן, נאכדעם וואס זיי זעען אליין ווי זייערע לעבנס האבן זיך געטוישט צום גוטן נאכ'ן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און דער רבי האט זיי געמאכט לעבן מיט אמונה, און האט זיי צוגעבונדן צו דער הייליגער תורה.
היינט צו טאגס געפינען זיך אין קרית יואל צוויי הערליכע בתי מדרשים וואו מען רעדט די דיבורים פון רבי'ן. איינס געפינט זיך אויף 8 העיס קט., אנגעפירט דורך דעם געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א, און דאס צווייטע אויף 8 פרעמישלאן ראוד, אנגעפירט דורכ'ן גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א. אין ביידע שולן קומען אריין אידן ווען זיי ווילן הערן א גוט ווארט, און הערן די ווערטער פון רבי'ן וואס וועלן ברענען ביז משיח וועט קומען.
די געשמאקע פרויען פארזאמלונגען אין קרית יואל ווערן געפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מרת קויפמאן תחי', אשת מו"ה אברהם שמעון הי"ו – 845-662-9277.
היות אין ביהמ"ד אויף העיס קט. קומען פאר סיי די פרויען פארזאמלונג יעדן דינסטאג נאכט, און סיי דעם שיעור ליל שישי פאר מענער יעדן דאנערשטאג נאכט, און דער בית המדרש איז שוין ווייט צו ענג פאר דעם וואקסנדן ציבור, איז מען געצווינגען – ברוך ה' – צו פארגרעסערן דעם בית המדרש אויף דערווייל דאפלט אזוי גרויס ווי ביז יעצט. אויסער וואס אין די נאענטע צוקונפט האפט מען מיט בעזרת השם נאכמער אויסצוברייטערן דעם בית המדרש כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אומגעהויערן וואוקס.
דער פלאץ ווערט ברייטהארציג נתנדב געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, לעילוי נשמת זיין חשוב'ע אשת חיל מרת ריזל בת ר' חנני' יום טוב ליפא ע"ה, וואס זיי האבן מקדיש געווען זייער לעבן פאר'ן רבי'ן און פאר אנשי שלומינו אסאך יארן. און דער היכל וועט טראגן דעם נאמען "היכל ריזל" צו פאראייביגן און געדענקען אירע מעשים טובים.
פארגאנגענע וואך האט מען שוין אנגעהויבן מיט די פאקטישע ארבעט און מ'האט שוין אנגעהויבן אראפצוווארפן די ווענט. מיר האפן אז מיט אויבערשטנ'ס הילף וועט די גאנצע בוי-ארבעט פארענדיגט ווערן אין די קומענדיגע וואכן, נאך פאר יו"ט פסח. דער בית המדרש גייט זיך אויסברייטערן פון די יעצטיגע בערך 900 סקווער פיס צו א רחבות'דיגן 2,500 סקווער פיס, וואס דאס וועט ברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת פאר די פילע לומדים און מתפללים.
אויך וועט געעפנט ווערן א הערליכער ספרים געשעפט אינעם בית המדרש, וואו מ'וועט קענען קויפן אלע די ספרים פונעם רבי'ן, ספרים פאר מפיצים, און אלע ספרי ברסלב, ספרים פון רבי'ן, פון ר' נתן, מוהרא"ש, און פונעם ראש ישיבה. ווער עס וועט נאר דארפן סיי וועלכע ספר וועט וויסן אז עס איז דא א פלאץ וואו דאס צו באקומען בעזהשי"ת.
די וואס ווילן האבן א זכות און מנדב זיין פאר די הוצאות פון פארגרעסערן דעם בית המדרש, וואס דאס גייט אפקאסטן בערך הונדערט טויזנט דאלאר, זאלן ביטע קאנטאקטן די גבאים פון חבורת היכל הקודש קרית יואל: מו"ה אנשיל ראזנער הי"ו – 845-502-5572 אדער מו"ה יואל ראטענבערג הי"ו – 845-662-6170.
די דעמאלישאן איז דורכגעפירט געווארן דורך היימישע יונגעלייט פון אונזער קהילה, מיט די הילף פון מו"ה מאטי ראזענפעלד הי"ו, דער בעל הבית פון דער פירמע עקספרעס קלינינג 845-327-6997.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל ווייטער קענען פארזעצן מיט פארשפרייטן די לעכטיגע תורה פון רבי'ן און זיינע תלמידים און מיט דעם מקרב זיין די גאולה שלימה.