בית המדרש "פעולת הצדיק" - פינפטער בית המדרש אין שטעטל
כח תשרי תשפ"ג 📝
טראץ דעם גרויסן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס זוכן זיך ארויס צו ציען און קומען וואוינען אינעם שטעטל "קרית ברסלב" איז זייער גרויס, פרובירט דער ראש ישיבה גאר שטארק אז די פרייזן פון די דירות זאל בלייבן סטאביל, דער ראש ישיבה וויל אז אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט רואיגקייט און מנוחת הנפש, און נישט דארפן ארבעטן אווער טיים פשוט צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ.
דערפאר האט דער ראש ישיבה געבעטען אז מען זאל נישט אזוי שנעל אפקויפן יעדע דירה וואס די שכנים לייגן נאר ארויס - אויב זיי הייבן די פרייזן, אויסנוצדיג דער גרויסן פארלאנג, דער ראש ישיבה זאגט אז ענדערש זאל מען אביסל אויסווארטן און נאר קויפן הייזער וואס מען בעט די ריכטיגע מארקעט פרייז, אפילו אויב די הייזער זענען אביסל ווייטער איינס פונעם צווייטן.
די זעלבע זאך ווען עס קומט צו בויען פרישע הייזער גייט מען אויף דעם זעלבן סיסטעם, נאר ווי מען טרעפט א שטח פאר א גוטע פרייז קויפט מען עס אפ און מען בויעט דארט הייזער, אזוי ארום איז אויסגעקומען אז כאטש מען וואוינט טאקע אין איין טאון, זענען אסאך הייזער נישט אין "וואלקינג דיסטענס" צו קענען גיין צופיס שבת אין איין בית המדרש, אזוי ווי אינדערוואכן וואס מען קען פארן מיט א קאר. צוליב דעם עפענט מען יעדע שטיק צייט נאך א בית המדרש אין יעדע פרישע געגענט וואו די אינגעלייט ציען זיך אריין.
יעצט קומט די נייעס אז אין דער "רעדקליף" געגענט האט זיך געעפענט דער נייעסטער בית המדרש פון שטעטל, "רעדקליף" איז גלייך ביים אנהייב שטעטל, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן דער בית המדרש "פעולת הצדיק".
דער נייער בית המדרש "פעולת הצדיק" איז דער פינפטער בית המדרש אין שטעטל, דער ערשטער בית המדרש איז דער גרויסער בית המדרש אויף 181 האשקי ביים שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער צווייטער האט געפינט זיך אין די "דענמען" געגענט מיט'ן נאמען "אשר בנחל", דער דריטער איז אויף די "טווין ברידזש" גאס מיטן נאמען "עצתו אמונה", דער פערטער איז אויף די "מארקס" גאס מיט'ן נאמען "מקור השמחה", און יעצט איז צוגעקומען דער פינפטער בית המדרש מיט'ן נאמען "פעולת הצדיק".
דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון אלע בתי מדרשים אין שטעטל זאל ארויס קומען אסאך תורה, תפלה, התחזקות, שיעורים, סיומים, שמחות, און פילע מצות ומעשים טובים.
רבי אלעזר הקפר אומר, עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל (מגילה כט)