ווי עס איז אייך שוין זיכער באקאנט, טוט די הנהלת בית התבשיל היכל הקודש פארטיילן שווערע טויזענטער דאלער פאר אומצאליגע נויטבאדערפטיגע משפחות בקרב קהלתינו הק׳, במשך א גאנץ יאר כדי עס זאל זיין אין שטוב רואיגקייט און ישוב הדעת.
 
יעצט פאר יום טוב איז איבעריג ארויסצוברענגן וויפיל עס קאסט אפ א פסח אין א אידישע שטוב, ווען יעדע ריר שלעפט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. ליידער אין פילע אידישע שטיבער קען מען נישט נהנה זיין פון דעם עונג יו״ט און פילן דעם זמן חירותנו צוליב דעם שרעקליכן עול הכספי וואס דרוקט אויף די פלייצעס פון דעם ראש המשפחה.
 
היי יאר איז ליידער דער ליסטע שטארק געשטיגן, און מיר מוזן שאפן צענדליגע טויזענטער דאלער מער ווי די פארגאנגענע יארן, סיי צוליב די צוגעקומענע נויטבאדערפטיגע און סיי צוליב וואס מיר זענען געצווינגען צו העכערן די נתינות, כדי צו פארזיכערן אז די נצרכים קענען זיך ערלויבן אויך צו האבן א כשר׳ן פרייליכן יו״ט.
 
דאס אלעס קען נאר אנגיין דורכדעם וואס מיר וועלן אויפטרייבן גרעסערע סכומים פון אלע נדיבי לב, וואס מיט זייער ברייטהארציגקייט און ווארימע געפיל וועלן זיי מקיים זיין דעם "כל דכפין ייתי ויכול", און קויפן זכותים צו העלפן אונזערע אייגענע ברודער, שכנים, קרובים, וידידים אריינברענגען דעם פסח, און דערמיט פארזיכערן אן עונג יו״ט פאר אומצאליגע פאמיליעס.
 
מער ווי אלע יארן ביז יעצט, איז היי יאר קריטיש וויכטיג די נדבות, ווייל אפילו מיטל-קלאס פארדינער קענען אויך נישט דעקן דעם יו״ט, צוליב די שארפע אינפלאציע וועלכע בוזשעוועט. ווי מיר זענען אלע עדות עס טאג טעגליך, ספעציעל אין די גראסערי, ווי מען ווערט יעדע וואך פריש שאקירט מיט וויפיל די פרייזן זענען געשטיגן, און צו קענען איינרישען א יו״ט מיט אזעלכע פרייזן אן די הילף און תמוכה פונעם בית התבשיל איז כמעט אוממעגליך.
 
די הנהלת בית התבשיל איז געזיצן מיטן ראש ישיבה און דורכגעגאנגען וואס מ'קען טון ארויסצוהעלפן, דער ראש ישיבה האט געבטן די הנהלה פונעם בית התבשיל זאל שאפן לכל הפחות $75,000 אין קעש וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אליינס פארטיילן פאר די אלע משפחות וואס ער ווייסט אז זיי נויטיגן זיך דערין.
 
אזוי האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם בית התבשיל צו אראנדזשירן גרויסע חלוקות אויף יום טוב פסח ווי מען זאל פארטיילן לכל הקהל הקודש בהרחבה פלייש, פיש, פאטעיטעס, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, און נאך אסאך זאכן עס זאל זיין פון וואס צו מאכן דעם יום טוב אין שטוב.
 
דער ראש ישבה שליט"א האט געזאגט אז די חלוקות זאלן זיין פאר כל הקהל הקודש, כדי זאל נישט זיין קיין בושה, און די וואס דארפן עס זאל קענען נעמען בדרך כבוד.
 
דאס אלעס עס ציעט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. און מען בעט ווער עס קען זאל נעמען א חלק. ווייל די קאסע איז ממש ליידיג, און מען דארף ריזיגע סכומים פאר די אלע גרויסע פראיעקטן. ביטע רופט אייך אן ווארעם און רופט דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען געבן אנליין אויף דעם לינק.
 
נעמט אייך אונטער א גאנצע משפחה אויף יום טוב פאר $1,800 אדער פאר $360 קענט איר האבן דעם ליל הסדר פאר א משפחה אויף אייער זכות, און פאר $180 קענט איר באצאלן א סעודת יום טוב פאר א משפחה.
 
ווי דער גבאי ר' שלמה געבט אונז איבער מוז ער היי יאר שאפן לכל הפחות $75,000 צו קענען נאכקומען די אלע גרויסע חסד פראיעקטן און זיכער מאכן אז יעדע שטוב איז פארזארגט מיט אלע הצטרכות לכבוד פסח הבעל״ט.
 
מיר ווענדן זיך צום ברייטן ציבור אנ״ש: העלפט אונז ארויס אין די הייליגע קריטישע ארבעט! און בשכר זה זאל אייך דער רבוש״ע אייך באשערן מיט עושר ואושר, אך טוב וחסד כל ימי חייכם, איר זאלט זיך שטענדיג געפינען אויפן צד הנותן און קיינמאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם, מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אינאיינעם, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בירושלים הבנויה.