ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש ז"ל אסאך מאל זאגן אז מ'דארף האבן א ספעציעלע זכי' אז די צדקה וואס מ'געט זאל גיין אויף א גוטע צוועק, "עס איז נישטא א גרעסערע צדקה ווי געבן צו עסן פאר א הונגעריגן" פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן.
אין וויליאמסבורג האבן זיך עטליכע אינגעלייט אריינגעלייגט צו צושטעלן יעדן טאג פאר משפחות וואס זענען איבערשטרענגט מיט טירדות ווי שמחות וכדו', אדער קענען זיך נישט ערלויבן די הוצאות, און דעליווערן טאג טעגליך סאפערס פאר צענדליגע משפחות און סעודות שב"ק יעדע וואך, און די משפחות זענען זיך ממש מחי' דערמיט.
דאס אלעס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט.
 ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פאר די הייליגע "בית התבשיל" זאל רופן אויף 718-384-1652
בילדער פון די עסן וואס ליגט גרייט צו דעליווערט ווערן
נאך בילדער