בית התבשיל היכל הקודש העלפט ארויס פילע אנשי שלומינו
ו חשון תשפ"ב 📝
איינע פון די שענסטע שטיינער אויפן קרוין פון "היכל הקודש" איז בלי ספק דער מוסד "בית התבשיל" וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענעם עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו.
איינע פון די ספעציעלע גאנציעריגע פראיעקטן פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב" וואס שטעלט צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. וואס באשטייט פון אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת: גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגע זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת.
אויך שטעלט דער בית התבשיל צו יעדע וואך פילע חלוקות פון פילע געשמאקע מאכלים, חלות, קעיק און אלע אנדערע מאכלי שבת קודש.
אזוי אויך איז דא עטליכע גרויסע חלוקות לכבוד יום טוב און נאך ווי עס ווערט פארטייטלט אסאך מאכלים ווי גרעיפ דזשוס, גרינצייג, פיש, פלייש, מילכיגס און נאך אין די ווערט פון צענדליגע טויזנטער דאלאר.
דער בית התבשיל איז דער אדרעס פאר פילע נצרכים פון אנשי שלומינו וואס מאכט זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז עסן זאל נישט פעלן אין אלע מצבים וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען.
מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע.
דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן.
צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448
💳 צו נעמען א חלק אנליין לינק