עס קומט אריין א גרויסע אפדעיט פונעם בארימט בית התבשיל אין שטעטל: די הנהלת הקהלה געבט אוועק פארן בית התבשיל דעם גרויסן געביידע אויף 117 רעדקליף ראוד. דער בנין, וועלכער פארמאגט צוויי שטאק, יעדער פון זיי 5,000 סקווער פוס, וועט דינען אלס דער צענטער פון זייערע פילע הייליגע אקטיוויטעטן.
 
דער פלאץ געפינט זיך אין צענטער פון שטעטל, הארט נעבן ביהמ"ד פעולת הצדיק און די נייע בארדיטשוב גאס. אינעם נייעם געביידע וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף דורכפירן די כסדר'דיגע חלוקות, און וועט זיין דער צענטער פון חסד און צדקה אין שטעטל. דער אויבערשטע שטאק וועט דינען אלס א קאך, וואו מענטשן וועלן קענען קומען אויפפיקן גרייטע מאכלים דורכאויס דעם גאנצן יאר, און דער אונטערשטע שטאק וועט זיין דער סטארעדזש, מיט גרויסע פרידזשידערס און פריזערס צו באזארגן די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל.
 
אין צוגאב באקומט דער בית התבשיל ארום דעם בנין א שטח פון אן עיקער גרויס, וואס דערויף פלאנט מען בעז"ה אויסצופלאסטערן א ברייטע פארגינג פלאץ גענוג פאר ארום הונדערט קארס – וואס וועט שטארק צונוץ קומען פאר די וואלונטירן וואס קומען העלפן און פאר די וואס קומען נעמען עסן אדער צו די חלוקות. די איבערבוי ארבעט ווערט ערווארטעט זיך אנצוהייבן אין די גאר נאנעט טעג, און מיר וועלן בעז"ה מיטהאלטן ווי דער אלטער געביידע, וועלכער איז בערך צוויי הונדערט יאר אלט און האט ביז יעצט געדינט אלס א שטאל, וועט פארוואנדלט ווערן אין א לעבעדיגע צענטער פון אהבת חינם. די ארבעט נעמט אריין צו לייגן א קאנקריט פלאר, איבערמאכן די עלעקטעריק, און אינסטאלירן ריזיגע קאמערשאל פרידזשידערס און פריזערס, אזוי אז דאס זאל קענען דינען דעם צוועק פאר וועלכע מען האט עס באשטימט.
 
אויף דעם אויבערשטע שטאק וועט בויען א ריזיגע קאמערציאלער קאך, וואו עס וועלן זיך געפינען די וואלונטיר קעכערס וועלכע וועלן צושטעלן געשמאקע היימישע מאכלים וואס וועט זעטיגן יעדן הונגעריגן. 
 
דער בנין וועט זיין די באזע – דער הויפקווארטיר פונעם בית התבשיל, וואו מען וועט סטארעדזשן, סארטירן, אנגרייטן שבת פעקלער, און אהערשטעלן א פולקאמע רבי ישעי'לעס קאך.
 
מען קען נישט ענדיגן דעם באריכט אן ארויסברענגען דעם געוואלדיגן הכרת הטוב וואס עס קומט פארן פאר'ן מנהל פונעם בית התבשיל, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וועלכער האט ביז יעצט אוועקגעגעבן זיין אייגענע הויז פאר די אלע אקטיוויטעטן. אלע איינוואוינער פון שטעטל זענען עדות איבער זיין געוואלדיגע געטריישאפט, אבער יעצט ווען דער שטעטל איז זיך צואוואקסן, האט מען זיך שוין געמוזט פארברייטערן און ארויסגיין פון זיין שטוב. מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען אין דעם נייעם חסד צענטער קענען פארברייטערן און פארבעסערן אירע אלע הייליגע אקטיוויטעטן.