דער וואויל באקאנטער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען און איבערגעגעבנעם ר' שלמה יאקאבאוויטש, האט די וואך אויסגעטיילט פאר אנשי שלומינו טויזנטער דאלאר ווערט אין קיופאנס צו פארשידענע געשעפטן. די קיופנאס וועלכע שטעלן צו צווישן 20% און 50% דיסקאונט צו פילע וויכטיגע סטארס, האט מען אויף די אנווייזונג פון ראש ישיבה שליט"א געטיילט לכל דכפין, ווער עס האט געבעטן, כדי אז אלע וואס דארפן עס האבן זאלן האבן א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת.
 
דער פראיעקט וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך בית התבשיל היכל הקודש ווערט געשאצט צו קאסטן שווערע טויזנטער דאלאר, שטעלט צו קיופאנס צו פילע פראדוקטן וואס מען דארף איינקויפן יעצט פאר יום טוב, דאס רעכענט אריין דער ספרים סטאר אין שטעטל, דער פיש סטאר אין שטעטל, דריי גודס אין שעטעל, שיך פאר קינדער אין שטעטל, קינדער וועש ביי קינדער קארנער אין קרית יואל, חסידישע מלבושים דזשי דזשי - גלויבער - דזשי בי פון איבעראל, עטליכע פירמעס הוט סטארס אין וויליאמסבורג, און עטליכע געשעפטן פון פרויען קליידער אין ווילאמסבורג.
 
די קיופאנס וועלן זיין זייער נוצבאר פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו מען זאל קענען איינקויפן וואס מען דארף טראץ דעם וואס די אינפלאציע איז שטארק געשטיגן, און אסאך קענען זיך נישט ערלויבן צו איינקויפן לכבוד יום טוב.
 
עקסטער ווערט אויסגעטיילט דורכן ראש ישיבה שווערע טויזנטער דאלער אין גראסערי וואס ווערט אריינגעלייגט דירעקט אינעם אקאונט פון פילע תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגטע משפחות, וואס דערמיט וועלן זיי קענען איינקויפן אלעס מכל טוב וטוב לכבוד יום טוב.
 
נאכדעם קומט קומענדיגע וואך א גאר גרויסע חלוקה אין שטעטל פון אלע פסח געברויכן וואס וועט זיין אפן פאר ברייטן ציבור, אויך די וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, די חלוקה וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע פרוכט, גרינצייג, אייער, פאטעיטע, גרעיפ דזשוס און וויין. די פונקטליכע פלאץ און צייט ווערט נאך יעצט אויסגעארבעט, פרטים יבואו בעזרת השם יתברך.
 
די אלע פראיעקטן קומען צו ערפילן דעם בית התבשיל'ס ציל, אז אלע זאלן האבן וואס זיי דארפן לכבוד יום טוב און מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת, אן דעם וואס די חובות זאלן ח"ו דרוקן אויפן הארץ.
 
צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות, קען מען רופן ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367
 
דער בית התבשיל איז אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות פון אחינו בית ישראל וואס זענען מנדב מיט הארץ און געפיל. ביטע עפענט אייער הארץ און געבט צו שטייער פאר דעם הייליגן ארגאניזאציע "בית התבשיל היכל הקודש. מען קען מנדב זיין אנליין אויף https://secure.cardknox.com/beishatavshildbreslev אדער קען מען רופן דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367.
 
כל דכפין ייתי וייכול