דער בארימטער חסד אפאראט פונעם בית התבשיל וואלט זיך באמת פארדינט א ספעציעלער באריכט אויף אונזער וועבסייט, ווייל צוליב וואס רוב פון זייערע אקטיוויטעטן גייען אן שטילערהייט אן קיין שום פאמפע און דראמא, וואס רוב ציבור האלט בכלל נישט מיט. דאס הייסט אז אויסער דאס וואס דער ציבור האלט מיט ווי זיי ארגאניזירן ריזיגע חלוקות פון צייט צו צייט, ווי עס ווערט אויסגעטיילט גאר אסאך נוצבארע ווערטפולע פראדוקטן, ווי ברויט, מילך, אייער, פלייש, פרוכט, מילכיגס און נאך, האבן זיי א באזונדערע ריזיגע און גאר קאסטבארע פראיעקט פון באצאלן גאנצעטע גראסערי ארדערס פאר פילע נויטבאדערפטיגע משפחות אויף שבת און יום טוב, וואס דאס געלט ווערט שטילערהייט אריינגעווייערט אין זייער אקאונט, אן דעם וואס איינער זאל אפילו מיטהאלטן.
 
דער פריאיעקט האט שוין אויסגעצאלט אין די לעצטע זעקס חדשים אליינס איבער פופציג טויזנט דאלער ווערט פון גראסערי ארדערס, און דאס אלעס ווערט באצאלט בלויז דורך וואוילע דורכשניטליכע פארדינערס גוטהארציגע אידן וואס ווארפן אריין כסדר אפאר דאלער צום געטרייען מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו.
 
דער מנהל ר' שלמה זאגט, אז יעצט צום בעפארשטייענדע יום טוב פסח דארף דער בית התבשיל דרינגענד באצאלן ארדערס אין די גראסערי אין די ווערט פון איבער צוואנציג טויזנט דאלער, וואס דער בית התבשיל וועט מיטן אייבערשטענס הילף צוזאם שטעלן פון נדבנים אזוי ווי אייך, און דערמיט צושטעלן אלע יום טוב'דיגע געברויכן פאר פילע נויטבאדערפטיגע משפחות.
 
קליקט דא צו קויפן די זכות פון א דורכשניטליכע משפחה יום טוב ארדער פאר $500, אדער די זכות פון א קליינע משפחה פאר $250.
 
אין זכות פון געבן צדקה און געבן צו עסן פאר אידן אויף יום טוב וועט ביישטיין עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט האבן א פרייליכע יום טוב מיט די גאנצע משפחה, און זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פון אייבערשטן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. אמן.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן נעכטן: "איך בעט אלע אנשי שלומינו, העלפט ארויס דעם "בית התבשיל" וואס שטעלט צו עסן פאר אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און אויך פאר יום טוב און פאר פסח. האברך שלמה יאקאבאוויטש נרו יאיר איז געשטעלט אויפן בית התבשיל און אויך צו העלפן משפחות זאלן קענען איינרישן שבתים און ימים טובים".
 
דער ראש ישיבה פירט אויס: "בזכות דעם וועט איר זוכה זיין צו שפע ברכה און הצלחה".
 
💳 זייט אייך משתתף ביד רחבה וברוח נדיבה
 
כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל, כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח