בית התבשיל קאמפיין קומט קיין קרית ברסלב
יא טבת תשפ"ו 📝
דער גרויסארטיגער קרן הבנין קאמפיין פארן בנין הבית התבשיל האט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין שטעטל צו די צופרידענהייט פון די שטעטל איינוואוינער וואס ווארטן שוין די לעצטע פאר וואכן פאר די געלעגענהייט צו קענען ביישטייערן צום חשוב'ן צוועק.
דער קאמפיין האט אפגעהאלטן סוקסעספולע מסיבות אין אלע שטעט ווי עס געפונען זיך אנ"ש תלמידים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אריינגערעכנט בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, לינדען, מאנסי און קרית יואל.
דער קאמפיין האט אנגענומען זייער אן אייגענארטיגע וועג צו גרייכן אלע תלמידי ראש ישיבה שליט"א, מיטן מאכן קליינע מסיבות פאר בלויז 10-15 חברים אויפאמאל, גיבנדיג די מעגליכקייט פאר יעדן צו פרעגן וואס ער וויל וויסן זיי וואס איבערן קאמפיין אדער וועגן דעם בית התבשיל אזוי אויך גיבענדיג די מעגליכקייט פאר איטליכן צו אויסשטעלן א נדבה פארן בית התבשיל און פארברענגן פריוואט מיט די עסקני הבשית התבשיל.
די מסיבות וועלן פארקומען דריי מאל א וואך פאר די קומענדיגע וואכן. ערווארט אייער פערזענליכע איינלאדענונג.