בית התבשיל רופט צו א רייכער באנקעט קומענדיגן זונטאג עקב
יג אב תשפ"ב 📝
בית התבשיל צוויי ווערטער, אבער וויפיל ווערטער מען וועט רעדן איבער דעם וועט נישט זיין גענוג. ווען אונטער די צוויי אומשילדיגע ווערטער ליגט א גאנצע וועלט, א וועלט פון חסד, א וועלט פון גמילת חסדים. א לייכט זויל וואס פארשפרייט א שיין אין די גאנצע קהילה.
איינע פון די שענסטע רינגעלעך אין די גאלדענע קייט פון חסד וואס אונזער קהלה איז ב"ה באשאנקען געווארן איז בלי ספק די מאסיווע פאריעקט פונעם "בית התבשיל", אין אמת'ן אריין איז די נאמען בית התבשיל נישט די פאסיגע נאמען פאר די אקטיוויטעטן וואס גייט ארויס פון אונטער די צוויי ווערטער בית התבשיל ווייל ס'איז נישט בלויז א בית התבשיל ווי מען גיט צועסן פאר מענטשן, נאר עס איז אסאך אסאך מער פון דעם.
"בית התבשיל" איז אמאל געווען א זאך וואס איז נוגע געווען בפרטיות פאר עטליכע פון אסאך, אבער, דא ביי אונז אין קהלה איז עס על הכלל כולו יצא יעדער איינער האט הנאה דערפון.
די אונטערנעמונג פונעם בית התבשיל איז דירעקט נישט קיין גרינגע זאך, בלויז די פאקט אז אין די לעצטע פאר וואכן פון נאך פסח האט בית התבשיל שוין אויסגעטיילט און גראסערי די סומע פון $50,000 איז שוין גענוג ארויסצוברענגן די שווערע עול וואס ליגט אויף זייערע פלייצעס.
די בית התבשיל איז ווי א שירעם וואס נעמט אריין אונטער זיך יעדע זאך וואס האט צו טון מיט חסד, יעדע זאך וואס קען ארויסהעלפן אנשי שלומינו.
"בית התבשיל" שפארט פאר אנשי שלומינו מדי שבת בשבתו יעדע איינציגע שבת שווערע געלטער פאר מאכלי שבת. דער "בית התבשיל" האט בלויז פאריאר אין די איין קאליכיגע יאר אויסגעטיילט עסן וכו' אין די ווערט פון $250,000! עס איז א ציפער וואס הערט זיך ווי א גוזמא אבער יא! ס'איז א מציאות.
אבער לאמיר גיין אביסל ווייטער, די פסח חלוקה אליינס האט אפגעשפארט איבער $75,000 פאר אנ ש. וואס דאס איז חוץ די "חלוקה" וואס בית התבשיל שטעלט צו פאר א יעדע יו"ט.
"בית התבשיל" שטעלט צו מדי שבת בשבתו קאלטע וואסער פאר אנשי שלומינו בשעת'ן זיך שלעפן אין די היצן זיך שופך שיח צו זיין פאר'ן הייליגע באשעפער דאס קאסט אפ $10,000 א יאר, אזוי נישט מיר נישט דיר א פראיעקט וואס געהערט בכלל נישט צו א "בית התבשיל" האט מען אויך אריינגענומען אינעם באן פון גמילת חסדים.
די עול צו טראגן איז אומבאשרייבליך שווער, אבער צו זעהן די לעכטיגע שמייכליך פון אנשי שלומינו איז אלעס ווערד, וויפיל מאל האבן שוין די עסקנים געדארפט בארגען געלט בלויז זיכער צו מאכן די עקזיסטענץ פונם הייליגע ארגעניזאציע!
עס ווערט געברענגט פון די הייליגע חפץ חיים אז א בריק שטייט אויף זוילן וואס שטעקן זיך אריין ביז אונטער די וואסער, אויב עס איז נישט דא קיין זוילן איז נישט דא קיין בריק. זאגט די חפץ חיים די זעלבע איז ביי גמילת חסדים, חסד איז א בריק, די כח האחדות זענען די זוילן, די פונדעמענט, די איינציגסטע וועג אז עס זאל קענען זיין גמילת חסדים, איז נאר מיט א כח האחדות, ווען יעדער איינער העלפט צו דערצו.
ב"ה צו די הנאה פון אנשי שלומינו גייען מיר שוין אן פאר איבער 4 יאר, ווען יעדער איינער האט הנאה אדער פון די חלוקות אדער פון די אנדערע פראיעקטן. אבער יעצט איז דער בית התבשיל געקומען צו א מצב אז מען קען שוין נישט מער און זיי ווענדן זיך צו די ווארעמע הערצער פון אנשי שלומינו, מאכט אייך צו די אויגן פאר א מינוט און טראכט וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אונזער הייליג קהילה אן קיין בית התבשיל, נישטא קיין חלוקות, נישטא קיין וואסער זיך שלעפנדיג אין די היצן צום ביהמ"ד, נישטא גארנישט.
דער בית התבשיל לאנדעט איין אלע אנשי שלומינו צו א קאלירפולע פארברענג א "רייכער באנקעט" וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, דער מסיבה וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג עקב ביים בית התבשיל אויף 136 דענמען ראוד וועט בענעפיטירן דעם וואוילטעיגן בית התבשיל, עס זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש. א ברייטע נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, אזוי אויך וועט וועט פארטיילט א מתנה פאר אלע באטייליגטע, און א פארברענג מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאכפאלגן.
די הנהלה פונעם בית התבשיל בעט אלע אנשי שלומינו זיך צו קומען פערזענליך באטייליגן און ארויסווייזן הכרת הטוב צו די הייליגע אונטערנעמונג. דער בית התבשיל מוז יעצט דרינגענד שאפן פינף און זיבעציג טויזנעט דאלער. ביטע העלף זיי אנצוקומען צום ציל פון $75,000. זיי דיר משתתף מיט די כח הרבים וואס וועלן צוזאמען פארזיכערן די עקזיסטענץ פון די בית התבשיל און נאר מיט די כח האחדות וועלן מיר עס טאקע באווייזן.
ובזכות זה זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלע גוטע זאכן.