אין די יעצטיגע טעג קומט פאר העפטיגע צוגרייטונגען צו די הערליכע פארשטעלונג וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן דורך די תלמידות פון סקול "בית פיגא ברסלב".
אין לויף פון די יארן האט די סקול שוין אויפגעשפילט גאר שיינע פארשטעלונגען פון די מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, אבער דאס מאל אנטשפרעכט עס צו זיין גאר א פראפעסינאלע געלונגענע פלעי, וואס וועט האלטן געשפאנט די צושויער און זיי באגלייטן אויף ווייטער פאר א לאנגע צייט.
די פארשטעלונג וועט זיין פון די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, מיט'ן נאמען "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז די צענטע מעשה אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות". די מעשה פאר זיך איז גאר א דראמאטישע ערציילונג, פונעם רייכן סוחר (בערגער) וואס האט זיך משדך געווען מיט אן ארעמאן, ווי אזוי די חתן און כלה זענען צעטיילט געווארן, די שווערע מיטמאכענישן וואס זיי ביידע זענען דורכגעגאנגען פאר לאנגע יארן, ביז צו די פרייליכע ענדע ווען זיי האבן זיך ענדליך צוזאמגעטראפן און גליקליך חתונה געהאט.
אין לויף פון די סצענעס וועט מען מיטהאלטן לעבעדיג די פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, אנגעצויגענע און רואיגע מצבים, און זען ווי אזוי אמונה און תפילה באגלייטן יעדן איד דורך די שווערסטע אומשטענדן.
די פלעי וועט פארקומען אי"ה אין די זאלן פון "עדן פאלאס" אין וויליאמסבורג אויף 420 פלאשינג עוועניו, קומענדיגן זונטאג משפטים (פעברואר 16) אום 2:00 אזייגער נאכמיטאג און אום 8:00 ביינאכט, און אויך אום מאנטאג משפטים (פעברואר 17) אום 8:00 ביינאכט.
מ'קען שוין קויפן טיקעטס דורכ'ן אריינרופן אין אפיס פון די סקול אויף 718-384-1652 עקסטענשאן 201. עס איז ערווארטעט גאר א גרויסע באטייליגונג פון הונדערטער פרויען און מיידלעך, מ'זאל זען צו קויפן באצייטנס די טיקעטס זיך צו פארזיכערן א פלאץ.
 
כה תאמר לבית יעקב - אלו הנשים!