אין די יעצטיגע טעג האט זיך שוין אנגעהויבן די צוגרייטונגען אין די העכערע קלאסן פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען אין די קומענדיגע וואכן.
 
אזוי ווי די פארגאנגענע יארן וועט אויך היי יאר געשפילט ווערן דורך די מיידלעך די תלמידות פון בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע.
 
די פראדוצירער לייגן אריין אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען פון די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און דער פלעי אנטשפרעכט צו האלטן די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. בפרט, וועט עס אינספירירן די פרויען און מיידלעך וואס וועלן עס מיטהאלטן מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן.
 
אין די פריערדיגע יארן איז דער שפיל געווען דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט ביי די פרויען, די שפיל "דער בערגער און דער ארימאן" איז ארויסגעקומען שפעטער אויף א די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס, און ביז יעצט ווערט נאך פארקויפט טויזנטער שטיק דערפון. ווי מען זעט פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן געשריבן, האט דער שפיל איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די צוהערער, צום ביישפיל זעט מען ווי איינער האט געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!".
 
ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער יעצטיגער שפיל וועט ווי די פריערדיגע אויך זיין געבויעט אויף איינע פון די מעשיות פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים.
 
ווארטס מיט שפאנונג אויף א קומענדיגע מעלדונג ווי מען וועט בעזרת השם לאזן וויסן אלע פרטים פונעם שפיל, דער נאמען פונעם שפיל, די טעג ווען עס וועט געשפילט ווערן, און וואו מען וועט קענען קויפן טיקעטס.
 

💿 דער בערגער און דער ארימאן on special just $7.49