געלויבט השי"ת ווי די הייליגע ברסלבע סקול און ת"ת זענען זיך צואוואקסן אויף אן אויסטערלישן פארנעם. אויב פון אנפאנג ווען מוהרא"ש ז"ל האט געגרינדעט די ת"ת איז איין שטאק געווען "ריזיג" לויטן געברויך, איז יעצט קע"ה צום נייעם יאר איז עס געווארן אזוי אויסגעוואקסן אזש עס איז שוין געווארן ממש אוממעגליך ווייטער אנצוגיין אזוי. די ת"ת האט שוין געמוזט איבערנעמען ביידע שטאקן, און די מיידל סקול האט שוין אויך נישט אריינגעפיט אין דעם איינעם שטאק.
די הנהלת המוסודות האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א פערמענאנטע געביידע ווי די סקול זאל ווערן איינקוואטירט, און ביזדערווייל האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע לאקאל א פרעכטיגע 3 שטאקיגע געביידע אויף 161 פרענקלין עוועניו, ווי די סקול האט זיך ב"ה פאריגע וואך אריינגעצויגן בשעה טובה ומצלחת. דער נייער פלאץ האט געברענגט די געווינטשענע הרחבת הדעת, זייענדיג א גרויסע און רחוותדיגע פלאץ, מיט גענוג קלאס צימערן, א גרויסע עס זאל, אפיסעס, און א שיינע שפיל הויף.
וְהָיָה רֵאשִׁיתְךָ מִצְעָר וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד.