זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א לאנגע צייט פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער שולע "בית פיגא ברסלב", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו וועלן האבן די זכיה צו לערנען פון גאר איבערגעגעבענע לערערינס תלמידות היכל הקודש, וואס ווייסן וויאזוי מען דארף מחנך זיין אידישע נשמות, און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבערשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואנכי" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלס אינגערמאן).
 
פאר נישט לאנג צוריק האט זיך געעפענט דער תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים מיט דריי קינדער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו וואס האט אראפגענומען א צימער פון זיין דירה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן. 
 
מען האט דעמאלט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, וואס האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג. ביז יעצט קומען כסדר צו נאך קינדער צום תלמוד תורה, און מען מען שוין אויפגענומען נאך א מלמד מומחה. די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער שטארק צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבענער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אויף אזא וועג אז זיי זאלן דאס קענען מיטנעמען אויפ'ן גאנצן לעבן בעזרת השם יתברך.
 
נאכדעם וואס די עלטערן האבן געזעהן די הצלחה פון זייערע אינגלעך אין תלמוד תורה, זענען זיי געקומען צום מנהל פרעגן וואס וועט זיין מיט די מיידלעך זיי ווילן אויך באקומען די שיינע חינוך פון אמונה.
 
די הנהלה האט איבערגעשמועסט מיטן ראש ישיבה, און איבערגעגאנגען אלע אפציעס בנוגע עפענען דעם נייעם פיגא שולע, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויפ'ן נייעם אלול זמן קען מען עפענען בשעה טובה ומצלחת.
 
ביים ליל שישי שיעור פארגאנגענעם וואך פרשת עקב האט דאס דער ראש ישיבה דערמאנט און ארויסגעברענגט די חסדים פונעם אייבערשטן וואס ער טוט מיט אונז אז מען האלט שוין ברוך השם ביים פערטן בית פיגא שולע. דער ערשטער איז געווען וויליאמסבורג, דאס צווייטע איז קרית ברסלב ליבערטי, דער דריטער איז אין קרית יואל, און יעצט עפענט זיך אויף דער פערטער בית פיגא שולע קעה"ר צו די פרייד פון אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל גאר שטארק מצליח זיין, עס זאל ארויס קומען פון די שולע ערליכע הייליגע תלמידות וואס לעבן מיט אמונה און ווייסן אז אידישקייט איז די שענסטע און געשמאקסטע זאך אויף דער וועלט.
 
אויב ווילט איר האבן א חלק אין דעם חדר און אין דעם סקול אין ירושלים עיה"ק קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיטן גבאי מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו אויף 646-302-8957.
 
רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה