מיטן אייבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכער קלאסן מיילדעך פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך פרשת ראה הבעל"ט.
אזוי ווי די פארגאנגענע שפיל, גרייט זיך בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "פארטוישטע קינדער" און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע. די פראדוצירערע האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און אנטשפרעכט צו האלט די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט.
בפרט, וועט עס אינספירירן די טייערע חשובע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן.
די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע גאס, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אויף די מארקעט, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל האט איינע געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!".
ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים.
מען קען שוין קויפן טיקעטס. רופט 845-422-5305 אדער 929-722-6836.
דער שפיל וועט פרעזענטירט ווערן דריי מאל: זונטאג ראה (למס' אויגוסט 1) אום 2:00 מיטאג, מאנטאג און דינסטאג ראה (למס' אוגוסט 2-3) אום 8:00 אווענט, און וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם הערליכן גרויסן אוידיטאריום פון די בנין המוסות אויף 39 טשעסטנאט סטריט, ליבערטי ניו יארק 12754.
📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער"

🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל