אזוי ווי אין די לעצטע פינף יאר, וועט אויך היי יאר פארקומען דער יערליכער קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות, ווי אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס געבט זיך אוועק פאר אונז זיינע טעג און נעכט כדי מיר זאלן האבן א געשמאקע לעבן מיט אונזערע משפחות, און כדי מיר זאלן האבן מוסדות ווי מען לערנט מיט די קינדער אויפן הייליגן און אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר האבן מקובל פון אונזערע עלטערן און רבי'ס, און נישט פארפאלן ווערן אינעם היינטיגן שווערן דור.
 
ביים היי יעריגן אנשי חיל קאמפיין וועלן אנשי שלומינו נעמען א ציל, און זיך נעמען צו די ארבעט פון רופן די באקאנטע קרובים און שכנים, און זיי אנווארימען צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. די עסקנים האבן געבעטן אז מען זאל טון אזוי ווי פאריאר ווען מען האט געבעטן אז מען זאל ענדערש נעמען א קלענערע ציל וואס מען שפירט אז מען קען עס אנקומען, און דערנאך עס איבערגיין, איידער נעמען אומרעאליסטישע צילן און עס נישט דערגרייכן.
 
מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען נוצן דאס געלט פאר פילע וויכטיגע צוועקן אזוי ווי מען האט געטון ביז יעצט, ווי בויען שולן, מקוואות, חדרים, שולעס, און אנדערע ציבורישע געברויכן. ברוך השם אז דער ציבור וואקס קע"ה און מען נויטיגט זיך שטארק זיך אויסצוברייטערן ביי פילע זאכן, יעצט וועט מען האבן די געלעגענהייט צו שטיין צו די האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
צוליב פראקטישע סיבות וועט מען היי יאר נוצן אן אנדערן פלאטפארמע, מען וועט נוצן דעם באקאנטן "דרייוואפ" סיסטעם וואס האט זייער גוטע פיטשערס און אפציעס. דער אפיציעלע לינק צום אנשי חיל קאמפיין איז dryveup.com/breslev אויף וועלכע פילע אנשי שלומינו האבן זיך שוין אנגעשלאסן. די וואס ווילן נעמען א ציל זאלן זען צו רופן וואס שנעלער מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410.
 
אין די זעלבע צייט גייט אן ביי די פרויען א גאר גרויסע "נשי חיל" קאמפיין ווי די לעידיס אקזולערי לייגן אריין אסאך שעות אויפצוטרייבן נדבות פון אידישע קינדער, וואס ווי די עבר האט געוויזן האבן זיי אריינגעברענגט ריזיגעס סכומים צום קאמפיין. די פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף  347-496-6683.
 
ביי די היי יעריגע קאמפיין האט מען צוגעלייגט שיינע מתנות פאר די וואס שאפן גרעסער סכומים, די וואס וועלן אנקומען צום סכום פון $7,000 וועלן האבן די זכיה און קענען מיטפארן מיט א ניסעה קיין ארץ ישראל מיטן ראש ישיבה שליט"א. און די וואס גרייכן $2,600 וועלן זיך קענען באטייליגן צו א געשמאקע שבת התוועדות מעין עולם הבא מיטן ראש ישיבה שליט"א.
 
דאס יאר האט מען זיך געמאכט א ציל אז די גאנצע קאמפיין זאל גרייכן א מיליאן דאלער, וואס לויט ווי די קהילה וואקסט קיין עין הרע, און בפרט לויט די ווארימקייט וואס מען זעט און מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן, דארף מען מיטן אויבערשטנ'ס הילף קענען צוקומען צו דעם ציפער.
 
מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.