עס קומען אריין גאר פאזיטיווע גריסן פונעם גבאי קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו וויאזוי אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו שטיצן דעם קרן הדפסה. יעדער איינער זוכט צו האבן א חלק אין הדפסה והפצה, פילע נעמען ספרים און גליונות און מאכן הפצה בגוף, און דער וואס שפירט אז ער קען עס נישט טון, פריידט זיך צו העלפן די חשובע אינגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש און שטיצן מיט א ברייטע האנט די אלע פעולות.
 
אלץ א מיטל צו העלפן געבן א שטופ און ארויסהעלפן דעם קרן הדפסה דעקן די פילע הייליגע פעולות האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן זיין תיקון הכללי אויף קלף וואס ער האט באקומען א מתנה פאר עטליכע יאר צוריק, מען זאל עס קענען אויסראפלען, און די אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים פאר'ן קרן הדפסה וועלן באקומען א שאנס דער תיקון הכללי זאל ווערן זייערס.
 
דער תיקון הכללי אויף קלף איז געשריבן אויף פארמעט בכתב אשורית מיט שיינע גרויסע אותיות, אזוי ווי א מגילה פון 11 שורות. צו לאזן שרייבן אזא מגילה קאסט אויף די פרייע מארקעט פופצן טויזענט דאלער, און מיט דעם וואס דאס איז געווען דעם ראש ישיבה'ס, איז בכלל נישט מעגליך צו אפשאצן די ווערט פונעם דעם חפץ קודש.
 
די אלע וואס וועלן זיך האבן משתתף געווען פון נאך פורים העעל"ט ביז'ן קומענדיגן ערב ראש השנה הבעל"ט מיט טויזענט דאלער פאר'ן קרן הדפסה, וועלן אריינגיין אינעם זעלטענעם גורל, און עס קען זיין אז אויף דעם ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט וועט איר האבן די זכי' צו זיין דער אייגענטומער פונעם זעלטענעם "תיקון הכללי" פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון טויזענט דאלער און ווייטער, וועט יעדע $250 געבן נאך א שאנס אינעם גורל.
 
רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי הי"ו, צו טשעקן וויפיל איר האט שוין געגעבן פאר'ן קרן הדפסה במשך די לעצטע חדשים, און וויפיל איר דארפט נאך משלים זיין ביז טויזענט דאלער, רופט אים שוין אויף 347-578-4449.
 
דערמיט וועט איר האבן די זכי' צו נעמען א חלק אינעם ריזיגן הפצה פארבריק וואס געבט ארויס טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, און פירט אן מיט די קרית ברסלב בלעטל, דרוקן אשר בנחל, דרוקן קונטרסים, און נאך ספרי הראש ישיבה שליט"א, די ברסלב סענטער וועבסייט, שאפ ברסלב, קול ברסלב. און די אלע חיזוק און הדרכה וואס צענדליגע טויזנטער מענטשן באקומען דורכדעם וועט אלעס גיין אויף אייער זכות, צו געבענטש ווערן מיט אלע ברכות, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און שנת גאולה וישועה.