בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א
כז טבת תשע"ח 📝
פארגאנענעם שבת קודש וארא העעל"ט האט דער יונגער ישוב בלומיג גראוו געהאט די זכיה אויף וואס די גאנצע שטאט האט שוין לאנג ארויס געקוקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויילן ביי זיי אויף א גאנצן שבת קודש.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט זיין אכסניה ביי הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות, ווי אויך האט דער ראש ישיבה געפראוועט ביים אים אין שטוב דעם באטע פרייטאג צו נאכטס און אויך דעם מלוה מלכה מוצש"ק.
די תפלות און שלש סעודות איז אפגעהאלט געווארן אינעם לאקאלן הערליכן ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב ווי א גאר גרויסער ציבור איז זיך צוזאם געקומען צו די תפלות און דרשות. דער בית המדרש איז שוין אפן כמעט א יאר, ווי די תפלות ווערן אפגעראכן יעדן שב"ק אויף א הערליכן פארנעם. אויך ווערט פארגעלערענט אין ביהמ"ד יעדע נאכט א שיעור אין גמרא, ווי א שיינע ציבור באטיילגט זיך.
דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעקומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין בלומינג גראוו לרגל דאס געבורט פון א מיידל ביי הר"ר בערל לעווי שליט"א וואס איז דער בעל אכסניא פונעם ביהמ"ד.
פרייטאג צו נאכטס
צו מנחה איז צוגעגאנען הר"ר בערל לעווי, דער בעל אכסני' פונם ביה"מ, קבלת שבת האט געדאווענט דער בעל תפלה קבועה הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, דער גבאי פון ביהמ"ד. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ כמנהג היכל הקודש ברסלב, אויך האט מען געזינגען "סימן טוב ומזל טוב" לכבוד די שמחה ביי הר"ר בערל.
שב"ק ביינאכט נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי מ'האט געזינגען שיינע זמירות צוזאמען פאר א שטיק צייט. ביי די באטע האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק גערעדט איבער די גרויסקייט פון הפצה, וואס יעדער איינער קען טון אויף זיין אופן. די אינגעלייט האבן פארציילט מעשיות פון תפלה, און מעשיות פון הפצה. מ'האט גערעדט אז אין היכל הקודש לערנט מען אויס די קינדער צו גיין הפצה שוין פון אינגערהייט, אזוי וואקסן זיי אויף אָן די סטיגמע אז עס איז א בושה צו גיין הפצה, אזוי ווי אין די בראשית יארן אין אמעריקע ווען ריבה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעלייגט אין די קינדער זיך נישט צו שעמען מיט אידישקייט, בפרט צו גיין מיט די פיאות בריש גלי.
אויך האט מען גערעדט פון די וויכטיגקייט פון באצאלן חובות, און אז מ'האט נישט צו באצאלן זאל מען גיין נאך געלט, אבער דאך דארף מען געדענקען אז מען דארף נישט ווערן משוגע פאר אן עושר, און זיך חלילה חנפ'ענען צו אים.
שבת קודש אינדערפרי
8:00 אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד קהל יטב לב דסאטמאר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זיך זייער מחיה געווען מיט די מקוה, און נאכדעם אין ביהמ"ד האט ער מעורר געווען די אינגעלייט אז אויך זיי זאלן מקפיד זיין צו גיין שטענדיג אין מקוה. און ער האט געזאגט אז רבי נתן זי"ע האט געזאגט אז ווער עס וועט גיין אין מקוה וועט זיכער האבן א תקוה - דאס הייסט אז ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.
דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א געזעצט לערנען גמרא מיט זיינע צוויי זון הב' שלמה און הב' אלחנן, מיט וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פארגעקוקט די טעגליכע שיעור וואס ער לערנט פאָר פאַר אנ"ש.
אום 9:30 האט מען זיך געשטעלט דאווענען, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, צו שחרית איז צוגעגאנען הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א אב"ד בנין אריאל אמסטערדאם, און מיט מוסף איז געווארן מוכבד הר"ר בנציון לעווי.
הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א איז געווארן מכובד מיט ראש חודש בענטשן. אויך איז הרה"ג ר' ברוך שליט"א געווארן מכובד מיט קריאת השם לכבוד די געבורט פון א מיידל ביי זיין זון הר"ר בערל שליט"א.
נאכן דאווענען איז געווען א שיינער קידוש, ווי א גרויסער עולם איז געקומען אנווינטשן פארן בעל שמחה הר"ר בערל, און אויסגענוצט די געלעגענהייט אים צו מכיר טובה צו זיין פארן מנדב זיין א חלק פון זיין שטוב פארן בית המדרש, מיט וואס די גאנצע געגענט איז זיך מורא'דיג מחיה.
שלש סעודות
צו סעודה שלישית איז זיך צוזאם געקומען גאר א גרויסער עולם, אויך פון קרית יואל זענען געקומען צו גיין צענדליגער אידן א וועג פון כמעט א שעה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט די תורה (ליקוטי מוה"רן ח"א סימן י"א) ווי דער הייליגער רבי זאגט אז משה רבינו האט ארויס גענומען די אידן פון מצרים דורך אמירת התורה, ער האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות און די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא אינדערהיים יעדן טאג, וואס מיט דעם איין שאס כאפט מען אסאך פייגלעך. סיי די תורה וועט אים ארויס נעמען פון בלאטע, און סיי זיין ווייב וועט אים אנהייבן ארויף צו קוקן, און אויך פאר חינוך פון די קינדער איז דאס זייער גוט.
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון רעדן צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט איבער אן אנטערוויו וואס איז געווען אויף קול מבשר, ווי איינער האט פארציילט ווי ער איז אויפגעשטאנען מיט א געשווילעכץ אויף זיין אויג, און מ'האט עס געדארפט אפערירן, אבער עס האט געהאט גרויסע שאנסן אז ער זאל חלילה פארלירן זיין זע קראפט. ער האט פארציילט אז אויפן וועג אהיים האט ער געגעבן צדקה און האט צוגעדעקט זיין פנים מיט זיין הוט, און האט אנגעהויבן צו בעטן דעם אייבערשטן, "איך האב נישט קיינעם, קיינער קען מיר נישט העלפן" און האט שטארק אנגעהויבן צו וויינען "באשעפער העלף מיר, הייל מיר אויס מיין אויג", אזוי האט ער גערעדט און געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע וועג. אנקומענדיג אהיים האט ער געקוקט אין שפיגל אין געזען אז עס זעט שוין אויס אסאך בעסער. און צוריק קומענדיג צום דאקטער האט ער נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז ער איז ב"ה אינגאנצן אויסגעהיילט. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אויב מ'געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש און מען פארציילט אים אלעס אויס, דארף מען שוין נישט צוקומען צו קיין טעראפיסטן – וואס איז ליידער זייער איינגעריסן צוליב די פילע צרות וואס מ'גייט אריבער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט "ברסלב איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, סך הכל איז דער רבי א שדכן א בראוקער וואס ברענגט דעם מענטש צום אייבערשטן".
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז בלומינג גראוו איז ממש געאייגענט צו רעדן צום אייבערשטן, ווי מ'קען זיך מחיה זיין און רעדן צום אייבערשטן צווישן די גראז, ביימער, הימל און ערד.
גמרא שיעור נאך מעריב
נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א שיינע שיעור גמרא.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט "איך קום צו ענק נאר ווייל מען קומט זיך צוזאם יעדע נאכט צו לערנען א שיעור אין א דף גמרא", ווען איינער האט געפרעגט "איך ארבעט שווער און עס איז מיר שווער צו קומען צום שיעור" האט ער געענטפערט, "פארוואס ארבעטסטו? ווייל דו פארשטייסט אז דאס איז דאס לעבן, מען מוז ברענגען פרנסה. די זעלבע דארף מען אויך וויסן אז א דף גמרא א טאג איז מיין לעבן!".
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווער עס זעט דעם נייעם קליפ "פארברענג מיט דיין קינד", פארגייט אים דעם אפעטיט פון אריינברענגען א סמארטפאון אין שטוב.
מלוה מלכה מוצאי שבת קודש
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א שיינער מלוה מלוה אין שטוב פונעם בעל אכסניה מו"ה שבתי מזרחי, וואס האט אוועקגעגעבן זיין שטוב דעם גאנצן שבת קודש פארן ראש ישיבה שליט"א און זיין משפחה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער אריינלייגן אמונת חכמים אין די קינדער, און איבער פארציילן מעשיות פון צדיקים פאר קינדער, ווייל נאר דאס בלייבט אין קינד'ס קאפ דעם גאנצן לעבן.
דער ראש ישיבה האט פארציילט די באוויסטע מעשה וויאזוי דער רבי איז געקומען צו זיינע מדריגות, ווען ער האט געהערט די מעשה וויאזוי זיין זיידע דער היייליגער בעל שם טוב זי"ע איז געווארן א יתום ביי די פינעף יאר און זיין טאטע האט אים געזאגט פאר זיין פטירה אז ער בלייבט נישט אליין ווייל דער אייבישטער איז דא און וואס ער דארף קען ער בעטן פון אים. ווי נאר דער רבי האט געהערט דעם מעשה האט ער שוין פארשטאנען וויאזוי מ'ווערט אן ערליכער איד, איז ער תיכף געלאפן צום ציון פון זיין הייליגן זיידע און אנגעהויבן צו רעדן צום אייבישטן, וואס מיט דעם איז ער גאגאנען זיין גאצן לעבן, און איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז אזא מעשה קען א מלמד פארציילן פאר די קינדער מיט א פרישקייט יעדן טאג.
דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע אז מען קען זען די גרויסקייט פון פארציילן מעשיות אז שוין אין די ערשטע משנה אין מסכת ברכות (פרק א' משנה א'), שטייט שוין "מעשה ברבן גמליאל". ווייל תורה מוז גיין צוזאמען מיט סיפורי צדיקים.
בילדער פונעם מלוה מלכה
דרשה ביים מלוה מלכה