אין גאר פרייליכע בשורה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, קומט יעצט אריין די גאר פרייליכע נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריבערגעכאפט קיין ארץ ישראל ווי ער וועט זיך אויפהאלטן פאר עטליכע טעג.
דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן פון ניו יארק נעכטן נאכט, און וועט גיין צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, און אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכן אנשי שלומינו אין עטליכע שטעט איבער ארץ ישראל און איבערגעבן שיעורי התחזקות פאר אנשי שלומינו.
היינט דאנערשטאג ויגש פלאנט דער ראש ישיבה שליט"א אפצושטאטן באזוכן אין אפאר געגענטער ווי עס געפונען זיך פרישע חבורות פון תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה וועט זיי מחזק זיין און געבן פאר זיי א שיעור.
היינט ביינאכט וועט פארקומען דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין שטאט בית שמש, מען וועט זיך צאמקומען און הערן דעם שיעור התחזקות אין שטוב פון איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט.
פרטים וועט נאכפאלגן אם ירצה השם.
📸 דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב
🎞️ דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב

🎞️ מיטוואך נאכט ויגש תשפ"ב, דער ראש ישיבה אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל