דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק. דינסטאג פארנאכטס אום 6 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א געלאנדע בשטו"מ אין ארץ ישראל, פון וואו דער ראש ישיבה שליט"א איז תיכף אריבערגעפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש דארטן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט פארגעלערענט דעם בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור התחזקות פאר די תלמידים פון ארץ ישראל ביז 9 א זייגער. דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ירושלים עיה"ק ווי דער ראש ישיבה האט אויך געגעבן א שיעור אינעם דארטיגן ביהמ"ד היכל הקודש.
מיטוואך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבניאל, צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון. דארט אין יבניאל האט דער ראש ישיבה געטראפן אסאך תלמידים פון מוהרא"ש און מחזק געווען די אידן מיט די ווערטער פון הייליגן רבין.
מיטוואך נאכמיטאג אום 3 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין עיה"ק צפת, ווי עס איז דא א שיינע חבורה פון אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה האט צוערשט פארגעלערענט דער בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט שיינע דיבורי התחקות.
דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בני ברק, זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו.
דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה.
 
דער ראשי ישיבה שליט"א איז היינט דאנערשטאג צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל. און דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בעז"ה היינט דאנערשטאג געבן דעם וועכענטליכע שיעור פאר אינגעלייט אום 9:00.