"גאנץ בני ברק זענען געווארן מפיצים" פארציילט אונז איינע פון אנשי שלומינו אין בני ברק, "אין די טעג זעה איך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען ארום, בחורים און אינגעלייט, מען טיילט אויס קונטרסים, ספרים; אויך אין די פאסט קעסטל קומט מיר אן יעדן טאג דיקע ביכער". "יש עם מי לדבר", עס איז דא צו וועם צו רעדן, זאגן זיי אלע. "אחת ולתמיד" וועט מען ווייזן פאר אלעמען ווער איז באלעבאס.
 
די מפיצים אין בני ברק האבן געזען דא א גוטע געלעגענהייט זיך צו שטארקן נאך מער אין הפצה, מען האט געלאזט דרוקן צענדליגע טויזנעטער קארטלעך "יש עם מי לדבר" מיט די זעלבע קאלירן און פארמאט ווי די פארטייען, און מען לייגט צו דעם נומער פון "קול ברסלב".
 
די פילע מפיצים גייען ארום דערמיט, און וועקן אויף יעדן ערליכן איד און דאס טוט דערמאנען אז יא מען האט טאקע צו וועם צו רעדן. דער אויבערשטער שטייט און ווארט מען זאל רעדן צו אים, און ער הערט אויס יעדעס ווארט. "עס איז דא צו וועם צו רעדן." אויך וועט עס דערמאנען יעדן ערליכן איד "איין מאל פאר אלמאל" ווער איז באלעבאס, אויף מיר, אויף מיין ווייב, אויף מיין משפחה, מיין גאס, מיין קהלה, מיין שטאט, און אויף די גאנצע וועלט. דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א השגחה פרטית, און יעדע קליינע און גרויסע זאך ווערט געטון דורך אים.
 
לגבי גיין צו די וואלן פון די עיריה אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו "איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט זיך נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט זיך נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אויבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף"
 
"אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפלה."
 
"געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צו טון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה".