בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן ווערט באשטעטיג פון די שטאטראט
כה כסלו תשפ"ו 📝
עס קומט אריין גאר גרויסע נייעס פון אומאן. דער בנין וואס אנשי שלומינו באנוצן זיך אין אומאן במשך די ימי ראש השנה, בראשות פון דעם ראש ישיבה שליט"א, האט אין די טעג באקומען א סי-אוו-או. א סי-אוו-או מיינט אן אפיציעלע באשטעטיגונג פון דעם שטאטראט אז דער בילדינג איז סעיף און איז אויסגעהאלטן לויט אלע קאודס און רעגולאציעס.
די הנהלה האט אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות אין די לעצטע עטליכע יאר, און אין די לעצטע חדשים בפרט, אז דער בנין זאל קענען באקומען די פולע באשטעטיגונג פון דער שטאט. דמים תרתי משמע. בפרט קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר מו"ה העניך אינדיג הי"ו, איינער פון די געטרייע חברי ההנהלה, וועלכער איז אראפגעפארן פערזענליך, בטירחא דגופא, מיט צוויי וואכן צוריק קיין אומאן. אנשי שלומינו קענען זיך אביסל פארשטעלן וואס דאס מיינט. עס איז קיינמאל געווען א גרינגע זאך דאס פארן קיין אומאן, אבער בפרט אין די לעצטע עטליכע יאר, זעט מען ווי דער סמ"ך מ"ם טוט אלע פעולות שבעולם צו שטערן אידישע קינדער פון קומען. צוערשט האט אוקראינע גענצליך פארמאכט אירע גרענעצן פאר אידן אין די קאוויד עפאכע, דערנאך האט אויסגעבראכן א קריג, וואס קיינער פארשטייט נישט אויף וואס מען קריגט זיך. רוסלאנד איז היינט צו טאג די גרעסטע לאנד אין טעריטאריע, און דאס קליינע לענדל אוקראינע וועט איר גארנישט אויסמאכן. אבער די קריג גייט אן מיט'ן פולן קראפט. עס שטארבן טעגליך הונדערטער סאלדאטן פון ביידע זייטן אויף דעם נארישן קריג. אזוי טוט דער סמ"ך מ"ם נאך פארשידענע פעולות צו שטערן דעם הייליגן קיבוץ וואס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל. אבער אנשי שלומינו זענען זיך אבער מוסר נפש צו פאלגן דעם הייליגן רבין און פארן קיין אומאן, מען פארט נישט פאר פאן, עס איז דא אין ניו יארק סאך בעסערע ענטערטעינמענט, מען פאר נאר פאר דעם איינציגן סיבה, מען וויל זיין אן ערליכער איד, מען ווייסט אז נאר מיט'ן צדיק קען מען אנגיין אין לעבן. א צדיק ברענגט אונז צום אויבערשטן, מען פארט צום ציון און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון און מען קומט ארויס ריין און פריש.
צוליב דעם וואס פארשידענע טעכנישע זאכן האט מען נישט געקענט דורכפירן אויפן טעלעפאן, האט ר' העניך גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די סאמע ווינטער חדשים, און האט ווידער מיטגעמאכט די שווערע רייזע, נאכאמאל מיט א באס, מיט א טרעין, ספעציעל כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו זאלן כאטשיג דארטן אין אומאן האבן א געשמאקע, בא'טעמ'טע פלאץ, עס זאל זיין אלעס צוגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין.
יעצט ווען מען שטייט אין די חנוכה טעג און מען רעדט פון אומאן דארף מען דערמאנען דאס וואס דער ראש ישיבה זאגט אז אמת אז דער רבי האט געבעטן מ'זאל זיין ביי אים דריי מאל א יאר, ראש השנה, חנוכה און שבועות. אבער דער גרויסער תלמיד רבי נתן - וואס אן אים וואלט נישט געבליבן א בלעטל שמות פון הייליגן רבי'ן - האט קלאר געשטעלט אז נאר ראש השנה דארף מען קומען קיין אומאן אויך נאך דער פטירה פון רבי'ן. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז חנוכה איז א צייט פון חינוך, א איד דארף זיין אינדערהיים מאכן פרייליך אינדערהיים, צינדן חנוכה לעכט מיט די קינדער. אין די אנדערע דריי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, זאל מען זען צו דאווענען א מנין פון אנשי שלומינו, און מיט דעם וועט מען מקיים זיין דאס וואס דער רבי האט געזאגט אז אויב מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן וועט מען געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו.
עולם התוהו מיינט אויך דא אויף דער וועלט. אין די דריי צייטן לערנט אונז דער רבי אויס וויכטיגע זאכן מיר זאלן לעבן א זיסע לעבן דא בשעת מיר לעבן. חנוכה לערנט דער רבי אויס מען זאל זיך באנייען. דער רבי האט געזאגט "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל געווען" דאס מיינט - האט מוהרא"ש געזאגט - אזא חידוש אין התחדשות איז נאך קיינמאל געווען. שבועות געבט אונז דער רבי אן עצה וויאזוי מיר זאלן קענען מקבל זיין די תורה, אפילו מיין חברותא איז נישטא, מיין קאפ טוט מיר וויי, איך האב חובות, נעם איך א משניות און איך זאג די ווערטער. און ראש השנה געבט אונז דער רבי דעם לימוד פון אמונה. יעדער איד האט אמונה, אבער דער רבי געבט אונז אזא קלארע אמונה אז מיר הייבן אן צו רעדן צו אים, אזוי ווי א מענטש רעדט צו א חבר, ער שפירט אז דער אויבערשטער איז דא און הערט אים אויס. אז א מענטש לעבט מיט די דריי עצות ווערט ער געראטעוועט פון עולם התוהו.