בנין פון בביהמ"ד אין אומאן רוקט זיך ב"ה מיט א מורא'דיגע שנעלקייט
ג סיון תשע"ח 📝
אויף די גרויסע נאכפראגע פונעם ציבור, האט די וועד קרן הבנין איבערגעגעבן אז די ארבעט גייט אן ברוך השם מיטן פולן אימפעט, און עס איז אין סקעדזשול צו ווערן פארטיג אין צייט אויף ראש השנה הבעל"ט, און אנשי שלומינו וועלן שוין ענדליך היי יאר בעז"ה האבן א הערליך אפגעהיטן ווינקל ארויס פונעם געפילדער פון שטאט, ווי מיר וועלן קענען זיין ביים רבין אויף ראש השנה, און זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבין אויף א גאנץ יאר.
מען האט שוין ב"ה ארויפגעצויגן אלע דריי שטאקן, די עלעקטריק און פלאמבינג ווערט יעצט פארענדיגט אויף אלע שטאקן, די בעיסמענט האט מען שוין באדעקט די פלאר מיט צעמענט, דער ערשטער שטאק (דער ריזיגער היכל הבית המדרש) ווערט יעצט פארענדיגט די פראכטפולע רינדעכיגע פענסטערס. אויף צווייטן שטאק (ווי עס וועלן זיין די שלאף צימערן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן די פענסטערס, אויך ווערן די אינעוויינגסטע ווענט שוין פארענדיגט.
איר קענט האבן די זכי' צו מנדב זיין פארן בנין, נדבות קען מען איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
בילדער ג' סיון תשעח