בנין היכל הקודש אין אומאן ווערט צוגעגרייט אויף ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט
ז אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
צוזאמען מיט א געשאצטע הונדערט טויזנעט אידן בלעה"ר פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, גרייטן זיך תלמידי היכל הקודש צום בעפארשטייענדען ראש השנה הבא עלינו לטובה מיט תפלות, קבלת טובות, און רייזע פלענער צו קענען קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.
אויך דער בנין היכל הקודש אין אומאן, ווערט צוגעגרייט אין די טעג צו קענען אקאדאמירן די הונדערטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע וועלן האבן די זכי' און מיטלעבן דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וועלכע וועט זיין דער שליח ציבור מיט זיינע הארציגע תפלות, אויפטרעטן מיט אינספירירנדע דרשות, בלאזן שופר, אנפירן מיט די סעודות שבת ויום טוב, און אויפנעמען די טויזנעטער אידן ביי "פדיון נפש".
נאך די האראוואניע פון די פארגאנגענע יארן בס"ד באשטייט דער בנין היינט פון:
↩ א גרויסע בעיסמענט שטאק וואס אנטהאלטן דער גרויסער קאמערציאלער קאך, ווי עסקנים שטייען שעות אריכות און געבן ארויס טויזנטער פארציעס יעדן טאג במשך די וואך.
↩ א שיינער באקוועמער מקוה טהרה, מיט פילע שויערס, צו קען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.
↩ דער ריזיגער בית המדרש מיט איבער טויזענט זיצן, וואו אידישע הערצער וועלן ווערן אויסגעוואשן און נתעורר לתשובה דורך די תפלות און דרשות ראש ישיבה. אין די אנדערע צייטן גייט ארויס פון דארט טויזנטער שעות תורה.
↩ דער גיגאנטישער טענט, ווי מען רעכט אפ מיט גרויס געהויבענקייט די סעודות שבת ויום טוב, מיט שירות ותשבחות צום אויבערשטן, על כל החסד וואס ער טוט מיט אונז, בפרט אז מיר ווייסן פון רבי'ן, און בפרטי פרטיות אז מיר זענען זוכה צו זיצן אין אומאן בצל הקודש פון הייליגן רבי'ן אום ראש השנה.
↩ די פיר שטאק העכער דעם, ווי איבער זעקס הונדערט מאנשי שלומינו שלאפן און שעפן זיך אן מיט פרישע כחות צו קענען אנגיין נאך טאג מיט דינען דעם אויבערשטן.
אנשי שלומינו זענען גאר שטארק דאנקבאר פאר די עוסקים במלאכת הקודש, און נאך מער פאר די פילע תיקונים וואס זענען געמאכט געווארן אין די לעצטע יארן, בפרט די גאר גרויסע זאכן וואס מען האט געטון לעצטעס יאר בס"ד, צום ביישפיל אז די סעודות זענען מער נישט אין בית המדרש, נאר אינדרויסן אינעם טענט, די פארגרעסרטע מקוה און קאך, די גרויסע באקוועמע קאווע סטאנציע, אזוי אויך דאס וואס פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן גענומען אחריות'ן צו אויספירן פליכטן, און מיט דעם ערמעגליכט פאר די פירנדע עסקנים בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א זאלן קענען טון וואס עס ליגט אויף זיי.
די וואך איז געווען א מיטינג אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן האלפערין הי"ו, ווי די עוסקים במלאכת הקודש זענען געזיצן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען איז איבערגעגאנגען די עקספיריענס און טשאלאנדזשעס וואס זיי האבן געהאט פאריאר, און מען האט מטכס עצה געווען וואס מען קען פארבעסרן.
צווישן די זאכן וואס ווערן בעז"ה מסודר היי יאר איז:
↩ אויך דער צווייטער שטאק פון די שלאף צימערן ווערט פולקאם פארטיג.
↩ די ארבעט פון די עסקנים וועט ווערן בעסער איינגעטיילט, אז עס זאל נישט ליגן אויף איינצעלנע מענטשן מער פון וויפיל זיי קענען דערהייבן
↩ דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל צושטעלן קידוש און איבערבייס פאר די וואס קומען נאר צום דאווענען, זיי זאלן קענען אויספאסטן איידער זיי גייען צו זייער אכסניות, אן ערך פון א האלבע שעה וועג
↩ מען האט אויפגענומען מו"ה ישעי' איידליס הי"ו ער זאל נעמען פידבעק פונעם ציבור, און זיין אויפגאבע וועט זיין צו איבערגיין אלעס, און זיכער מאכן בעז"ה אז מען פארעכט וואס דארף ווערן פאראכטן.
↩ מען האט פארראכטן דעם דאך, וואס איז געשעדיגט געווארן אנפאנג יאר פון א בליץ, און מען האט אינסטאלירט א גוטע און קאסטבארע בליץ כאפן סיסטעם, כדי עס זאל זיך נישט בעז"ה איבער'חזרן.
אינעם בנין אליינס טוט זיך שוין יעצט העפטיגע אקטיוויטעטן: מען וואשט שוין אויס די לינען, די פרישע בשר בהמה בהכשר הבד"ץ ליגט שוין גרייט אין די גרויסע פריזערס, די בשר עוף ווערן יעצט געשחטן, און נאך פילע פראדוקטן ווי מעל, צוקער, אויל, מילך, אייער, קאווע, סאדע, פרוכט, גרינצייג און אזוי ווייטער גיין שוין אנהייבן אנקומען אין די קומענדיגע טעג.
די בענקשאפט ביי אנשי שלומינו צו קומען צום רבי' שטייגט מיט יעדן טאג, און מיר זענען מתפלל אז מיר זאלן זוכה זיין אויך דאס יאר צו קענען מקיים זיין דעם בקשה פונעם רבין, און קומען צו אים אויף ראש השנה, און מיר זאלן קענען מתפלל זיין און אויסבעטן פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל א גוטע זיסע און געבענטשטע יאר.