אלע יארן האבן ברסלב'ע חסידים געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, איז נאר דורך אסאך תפלה. זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה איז די גרעסטע זאך, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
 
טאקע דערפאר וואס דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה איז העכער און גרעסער פון אלעס, דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אויף יעדן מענטש באזונדער אז עס זאל אים נישט אנקומען גרינג, יעדער האט יעדעס יאר זיינע אייגנארטיגע מניעות און שוועריקייטן וואס ער דארף איבערקומען צו קענען זוכה זיין צו וויילן ביים רבי'ן אויף ראש השנה.
 
דאס יאר, ווען עס האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינא, זעט מען קלאר אז די איינציגסטע וועג צו קענען אנקומען אויף ראש השנה איז נאר דורך תפלה, און מיט תפלה וועט מען עס מאכן, תפלה איז העכער פון טבע, כאטש וואס מיט די אויגן זעט מען נישט א וועג ווי אזוי מען וועט עס באווייזן, וועט מען עס אבער אויסבעטן מיט תפלה, ברסלב'ע חסידים בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, גרינג און געזונט, און פועל'ן אלעס גוטס.
 
ווי שוין באריכטעט האט מען שוין אנגעהויבן אנצונעמען רעזערוואציעס צו דינגען בעטן אין אומאן פאר צוויי חדשים צוריק. יעצט געט מען נאך א דין קדימה פאר די וואס האבן געהאט א בעט פאריאר, דער דעדליין צו נעמען די חזקה בעט ענדיגט זיך פסח, נאך פסח עפענט מען אויף די רעזערוואציעס פאר כל הקהל הקודש, צוליב די פילע פרישע מקורבים וואס קומען כסדר צו און זאגן למה נגרע, אזוי אויך וועט די פרייז פאר א בעט ארויפגיין צו טויזנט דאלער נאך פסח.
 
אין אלע פריערדיגע יארן זענען געווען פילע וואס זענען געקומען שפעט, און עס איז שוין נישט מעגליך געווען צו צושטעלן, דעפאר זייט נישט קיין צועק לשעבר, ווארט נישט קיין איין מינוט, און צאלט אויס אייער בעט נאך פאר פסח, וואס נאר אזוי קען מען אנהאלטן די חזקה בעטן, און רופט 347-452-1936.
 
אויב וועט מען חס ושלום נישט זוכה זיין צו קענען זיין דאס יאר אין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס געלט ווערן אוועקגעלייגט אויף א יאר שפעטער. פארשטייט זיך אז דער בנין קאסט אסאך געלט אויפצוהאלטן אויך במשך די יאר, נישט נאר אום ראש השנה, און דעריבער וועט אראפגיין א קליינע פראצענט פאר די קאסטן.
 
כי הטבע מחייב כן, והתפלה משנה הטבע! (ליקוטי מוהר"ן ח"א, ז')