אין די יעצטיגע טעג טוט זיך העפטיגע הכנות אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אין בעפארברייטונגען צום קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, מען ארבעט פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין ווי עס דארף צו זיין.
 
ביי די טרעפ ארויף צו אלע שטאקן ווערט אינסטאלירט גוטע און שטארקע רעילינגס עס זאל זיין אפגעהיטן מען זאל חס ושלום נישט געשעדיגט ווערן ווען מען גייט ארויף און אראפ פון די שלאף צימערן צום בית המדרש און צוריק. אויך ווערט אין די טעג צוגעגרייט דער עלעוועיטאר וואס וועט שטארק פארגרינגערן דאס ארויף גיין און אראפקומען ביים אנקומען אין בנין און ביים אהיים פארן.
 
צוליב די יעצטיגע מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טאר ביינאכט נישט געזען ווערן קיין שום לעכטיגקייט, וועט אין אלע צימערן אינסטאלירט ווערן "ווינדאוי שעידס" כדי עס זאל נישט ארויס שיינען די לעכטיגקייט ביינאכט. אזוי אויך פילט מען שוין אן די וואסער טענק עס זאל זיין גענוג וואסער פאר די גאנצע צייט וואס מען איז דארט.
 
די חשוב'ע עסקנים וואס זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א ארבעטן גאר שווער אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, טראץ דעם וואס דאס יאר איז נישט אזוי גרינג צו באקומען אלעס, דאך פרובירט מען פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין מיט אלעס ארום מיט די בעסטע און שענסטע וואס קען נאר זיין.
 
און ווי שוין געמאלדן קען מען שוין דינגען זיצן אין בית המדרש אויף ראש השנה ביים גבאי מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, מען קען אים רופן אויף 347-404-8738.
 
דער עיקר פון אלעם איז צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען און צוריק קומען בשלום, און קענען אהיימקומען מיט ישועות ורפואות פאר זיך און די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.