בנין פון די מוסדות אין שטעטל אריבער גרונטליכע רענאוואציעס
יד שבט תשפ"ב 📝
היינט ווען מען קומט באזוכן די מוסדות, זעט מען די הייליגע מוסדות אין שטעטל איינקוואטירט אינעם גרויסן פרעכטיגן בנין אויף טשעסטנאט ראוד. א שיינע דריי שטאקיגע ציגעלנע בנין, שיין און שטארק, ווי די קינדער לערנען און פארברעגען במשך די וואך מיט הרחבת הדעת.
א יאר צוריק האט מען דאס נאך נישט געהאט. מען האט ניטאמאל געחלומט פון אזא בנין, ווען דער ראש ישיבה האט געעפענט דאס שטעטל, האט מען נישט געוויסט וואו מען וועט פלאצירן די מוסדות, מען האט געהאט גאר גרויסע פלענער, די פלענער זענען באשטאנען פון תפילות, תפילות פון אלע איינוואוינער פון שטעטל, תפילות פון קינדער תינוקות של בית רבין וויסנדיג אז דער אייבערשטער וועט שוין האבן זיינע וועגן וויאזוי מען וועט האבן א בנין פאר די מוסדות.
צוערשט איז מען מען געווען אין בעיסמענטס צוזייט און צושפרייט צווישן עטליכע לאקאלן, און אזוי האט מען דורכגעשטופט דעם ערשטן יאר, ווען מען האט מחנך געווען די טייערע קינדערלעך אויפן הייליגן אויסגעטרעטענעם וועג פון די פריערדיגע צדיקים, און אויסגעלערענט די קינדער אז וואס זיי דארפן נאר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן. די קינדער האבן מתפלל געווען כסדר אז מען זאל האבן א גוטע פלאץ פאר די תלמוד תורה און די סקול.
דער אייבערשטער דער שומע תפלת כל פה האט צוגעהערט די תפילות, און אומגעראכטן צוגעשיקט א פאסיגע פלאץ, גרויס און שיין, נאנט צום שטעטל, א פולקאם גרייטע בנין, מיט פילע קלאס צימערן, א קאך, א גרויסע לאנטש רום, און אלע געברויכן וואס מען דארף נאר האבן.
דער בנין איז געבויט מיט מסירת נפש פאר בערך הונדערט יאר צוריק דורך די אידן וואס האבן געוואוינט אין דעם געגענט, און האבן גענוצט דעם פלאץ צו לערנען און דאווענען און אלע אידישע געברויכן. ליידער איז די געגענט געווארן אויסגעשפילט מיט די צייט, און דער בנין האט געפּוסטעוועט. דאן איז עס ארויפגעקומען אויף די מארקעט פאר א גאר גוטע פרייז, און ברוך השם, אז דער בנין איז דאן אריבער צו די הייליגע מוסדות, וואס האבן עס תיכף אריינגענומען אין באנוץ פאר די וואקסנדע מוסדות.
אזוי ווי עס האט נאך געדארפט האבן פארשידענע רענאוואציעס, צוליב דעם וואס דער בנין איז שוין נישט געווען אין באנוץ פאר לענגערע צייט, האט מען זיך תיכף גענומען צו די ארבעט, און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך צוגעכאפט און אפגעקויפט דער זכות פונעם בנין מיט די רענאוואציעס.
יעצט ווען די ארבעט איז שוין ב"ה פארטיג געווארן, האט מען ארויפגעלייגט שיינע גרויסע אותיות אינדערויסן פונעם בנין וואס טראגט מיט שטאלץ די ווערטער "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, בהתייסדות כ"ק מוהרא"ש ז"ל, בנשיאות הראש ישיבה שליט"א" און אין צענטער א שיינע ברסלבע קרוין.
אין דעם בנין וועט מען ווייטער לערנען מיט אידישע קינדער אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, און ערציען די קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים ביז משיח'ס טאג.