דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר די תלמידים אז אנשטאטס צו ליינען די אלע נערישע ביכער און מאגאזינען וואס קומען כסדר ארויס, זאל מען ליינען ביכער וואס עס ווערט דארט באשריבן דאס לעבן פון מסירת נפש וואס אידן האבן געהאט אין די אלע שווערע גלות צייטן, ווי אידן האבן זיך מוסר נפש געווען, און גרייט געווען צו זיצן אין די ארגסטע תפיסות אבי נאר צו קענען היטן שבת, לייגן תפילין און עסן כשרס.
אזוי אויך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז רעקאמענדיט צו ליינען מעשיות וואס ווי מען זעט די גרוילטאטן פון די פעלקער, ווי אזוי זיי זענען זיך באגאנגן קעגן אונזערע עלטערן און אור עלטערן במשך פונ'ם לאנגן גלות, מען זאל וויסן וואס א גוי איז און וואס זיי זענען אומשטאנד צו טון, און זיך פארעקלען פון וועלן געפעלן אין די אויגן פון פעלקער, וואס זענען נישט מער ווי חיות בצורות אדם.
לעצטענס ביי איינע פון די שיעורים, האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק ארומגערעדט דערוועגן. דער ראש ישיבה האט פארציילט עטליכע קליינע מעשה'לעך ווי פשוטע אידן, קינדער און בחורים האבן געהאט מסירת נפש אויף אידישקייט, וואס ער האט געזען אינעם ספר "סאמארקאנד".
דער ספר "סאמארקאנד", וואס איז ארויסגעקומען מיט עטליכע יאר צוריק, באשרייבט די אונטערגרונד פון די חב"ד'סקער חסידים אין סאמארקאנד, אנגעהויבן פון די ערשטע וועלט מלחמה יארן ביזן אונטערגאנג פון קאמוניזם. דער מחבר איז דער בעל מסירת נפש הרב הלל זאלצמאן שליט"א, וואס איז אליינס אנטלאפן אלץ קינד מיט זיין משפחה פון אוקריינא קיין סאמארקאנד אין יאר תרצ"ט אינמיטן די ברען פון די מלחמה, און איז דארט אויפגעוואקסן מיט א חסידישער ברען, און איז מיט די יארן אליינס געווארן איינער פון די אונטערגרונד פירער. ער מיט אנדערע מסירת נפש אידן האבן דארט אויפגעשטעלט אונטער די נאז פון די קאמוניסטן א ישיבה, א בית המדרש, מיט אלע אידישע געברויכן. וויסנדיג אז אויב די ממשלה ווערט עפעס געוואר, איז אחת דתם ר"ל.
דער ראש ישיבה שליט"א - נישט וויסענדיג ווער דער איד איז, און צו ער לעבט נאך בכלל - האט דערציילט עטליכע מעשיות - ווי פריער דערמאנט - פון דעם ספר. דער שיעור מיט די צייט איז שטארק פארשפרייט געווארן, נאכדעם וואס דער חלק פון דעם שיעור איז אריין אין די סעריע פון די באקאנטע "חיזוק יומי המתורגם". און ווען עס איז אנגעקומען צום מחבר פונעם דעם ספר "סאמארקאנד". האט ער גענומען די מי און איז אריבערגעקומען אין ישיבה זיך צו טרעפן מיטן ראש ישיבה, צו זען מיט זיינע אויגן די פלאץ ווי מען איז מחנך די תלמידים זיך צו לערנען פון די מסירת נפש פון אמאל.
דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געקענט קומען צו זיך פון התרגשות ווען ער האט געזען ר' הלל, ער האט אים געגעבן א קיש און די האנט און אים געפרעגט "פון וואו האט מען גענומען די כוחות אויף מסירת נפש, בשעת היינט מוז מען נעבעך אזויפיל נייטן בחורים און יונגעלייט צו לייגן תפילין, היטן שבת און אזוי ווייטער, ווען עס איז נישט דא קיין שטערונגען זיך צו פירן ווי אידן און מקיים זיין די מצוות?"
ר' הלל האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה, אז ער אליין גלייבט אויך נישט אז ער האט געקענט טון די אלע זאכן.
ער האט אויסגעפירט מיט דאס ווארט וואס דער פריערדיגע ליובאווישטע רבי דער מהרייץ זי"ע האט געזאגט ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא: "מען זאל מיר געבן דאס גאנצע געלט פון די וועלט, וואלט איך נישט פארקויפט די זכות פון מיין זיצן אין תפיסה און מסירת נפש פאר אידישקייט, און אז מען זאל מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וואלט איך נישט בוחר געווען איבערצוגיין די אלע יסורים און תפיסה"...
"נֶחְשבְנוּ כְּצֹּאן לַטֶּבַח יוּבָל. לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד וּלְמַכָּה וּלְחֶרְפָּה, וּבְכָל זֹאת שמְךָ לֹא שכָחְנוּ"
 
דער חיזוק יומי המתורגם וואס רעדט וועגן דעם ספר "סאמארקאנד"
 
בילדער פונעם באזוך פון הרב הילל זאלצמאן שליט"א