בר מצוה פון אייניקל פון הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א אין שטעטל
א כסלו תשפ"ד 📝
פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א געהויבענע שמחת בר מצוה אין שטעטל ווען הרה"ג ר' יעקב לעזער שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל האט בר מצוה געמאכט זיין חשובע זון ני"ו. דער בר מצוה איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, עס איז געווען א מסיבה שתלמידי חכמים מסובים בא, עס האבן זיך באטייליגט די חשובע זיידעס, בראשם הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א און הרב ר' מרדכי יונה שיק שליט"א, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור די וואך אין שטעטל, כדי ער זאל זיך קענען באטייליגן ביים בר מצוה.
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו די וואך איבער זיין גרויסע שמחה אז ער האט זיך געקענט באטייליגן ביים שמחה "די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים."
אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א זיינע שטארקע הכרת הטוב געפילן צום זיידן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א "רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו"."
אויך האבן אנשי שלומינו א שטארקע הכרת הטוב צו די עלטערן פון די בר מצוה בחור וועלכע געבן זיך אוועק טאג און נאכט פאר אנשי שלומינו, הרב ר' יעקב שליט"א איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין כולל וואס איז עוסק בתורה יומם ולילה און יעדע הלכה'דיגע פראיעקט אין שטעטל ווערט אויסגעארבעט דורך די תלמידי חכמים. אזוי אויך מרת לעסער תחי' געבט זיך אוועק פאר די טייערע קינדערלעך זייענדיג דער מהנלת אין מיידל שולע, און באגלייט די קינדער און די טיטשערס אז די מוסדות זאלן קענען ארויסגעבן שיינע פירות קינדער וואס זענען יראי' ה' בעלי מידות טובות און געזונטע עקרת הבית און מאמעס וואס קענען ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז די עלטערן און די זיידעס זאלן ווייטער זען נאר אידיש נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך אמן.